• הרשמה
    • התחברות
    • חיפוש
    • פוסטים אחרונים
    • משתמשים
    • חיפו גוגל בפורום

    בד"ה: כ"ק מרן האדמו"ר מכוונת הלב זצוק"ל

    בחצרות קודשינו
    5
    10
    259
    טוען פוסטים נוספים
    • מהישן לחדש
    • מהחדש לישן
    • הכי הרבה הצבעות
    תגובה
    • הגב כנושא
    התחבר בכדי לפרסם תגובה
    נושא זה נמחק. רק משתמשים עם הרשאות מתאימות יוכלו לצפות בו.
    • מ
      משמש בקודש נערך לאחרונה על ידי דער גבאי

      צער און טרויער נאך הסתלקות פון כ"ק מרן הגה"ק רבי שמואל זאב ליכטער זצוק"ל אדמו"ר מכוונת הלב

      א גרויסע אבידה איז היינטיגן פרייטאג ערב שבת קודש לסדר ‘ויראת מאלקיך’ אוועקגעריסן געווארן פון כלל ישראל, מיט די הסתלקות פון דעם אדם גדול בענקים משיירי כנסת הגדולה, מנורה הטהורה חסידא ופרישא, כ"ק מרן הגה"ק מכוונת הלב זצוק"ל אין עלטער פון 84 יאר.

      באזונדער איז דער הסתלקות א שווערע פארלוסט פאר אלפי תלמידיו וחסידיו, די אידן וועלכע האבן געהאט די זכיה צו זיצן בהיכלו און מקבל זיין תורה מפיהו. זיי וועלן שוין מער נישט זוכה זיין צו זען דעם פארצייטישן דמות, צו הערן קולו בקודש דורכאויס דעם יאר און אריינצוגיין אל הקודש פנימה מקבל זיין ברכת קדשו.

      דער רב זצוק"ל האט באשיינט דעם שטאט בארא פארק אין די לעצטע צענדליגער יארן מיט זיין תורה, עבודת ה’ און קדושה ופרישות. ער איז געווען אפגעשיידט פון עולם הזה און געריסן שטיקער פון זיך לעבודת ה’, זיין לעבן איז געווען איין שטיק תורה און עבודת ה’.

      גדול מרבן שמו. זיין נאמען האט שוין גאר אסאך געזאגט, ער איז געווען פון די פארי וחשובי גדולי ישראל, אויף וועמען יעדער האט געוואוסט ארויפצוקוקן און אויפהייבן די קינדער צו כאפן א בליק.

      דער רב איז געווען באקאנט אלס גאון עצום און בקי בכל מכמני התורה, שוין פון א אינגען עלטער איז דער רב נישט געשלאפן קיין נעכט נאר שטענדיג עוסק געווען בתורה, ביז ער איז אויסגעשטיגן צו זיין דער גרויסער גאון וצדיק. נאך אינגערהייט האט הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל זיך אויסגעדרוקט צו זיין מאמען “אשרי יולדתו”.

      ווער עס האט נאר געהאט די זכיה צו זען דעם הייליגן צורה פון רב, האט באלד באמערקט ווי זיין הייליגער גוף איז געווען אויסגעלייטערט בקדושה ופרישות, פון זיצן איבערגעבויגן אזויפיל נעכט איבער די הייליגע גמרא. דער גאון האט ממאס געווען אלע תענוגי עולם הזה, און האט זיך מסגף געווען מיט תעניתים אויף א פארנעם למעלה מהשגתנו.

      בפרט אין די לעצטערע יארן האט דער גאון געליטן פון שווערע יסורי הגוף, אבער האט נישט נאכגעלאזט פון זיין עבודת הקודש במסירת נפש, נאר מקבל געווען די יסורים באהבה. אבער טראץ אלע שוואכקייטן האט צורת קדשו האט שטענדיג געשיינט און געלאכטן כזוהר הרקיע, מ’האט געזען דעם ועל ראשי שכינת קל.

      דאס דאווענען פון רב זצוק"ל איז יעדן טאג געווען אן עבודת יום הכיפורים. יעדעס ווארט איז ארויסגעזאגט געווארן מפה קדשו באימה וביראה, ווער רעדט נאך פון קריאת שמע און שמו"ע וואס האט זיך געצויגן פאר לאנגע מאמענטן, ווען דער רב האט מעתיר געווען בתפילה ובתחנונים כעבדא קמיה מרא.

      איבער אלעם איז דער רב געווען אן ענותן ושפל ברך, און האט זיך אראפגעלאזט מיט אן ענות חן צו יעדן איד וואס האט נאר אמאל איבערגעטרעטן דעם שוועל פון ביתו נאווה קודש. יעדע הזכרה און קוויטל איז אויפגענומען געווארן מיט מיטלייד און צער, מען האט ליידער פארלוירן דעם לבן של ישראל.

      דער רב זצוק"ל איז געבוירן ראש השנה תרצ"ח צו זיין פאטער הרב נח ליכטער ז"ל. די משפחה האט בחסדי ה’ באוויזן זיך צו ראטעווען פון די נאציס ימ"ש און איבערלעבן דעם קריג, און נאכ’ן מלחמה האט די משפחה זיך באזעצט אין אמעריקע.

      דא אין אמעריקע איז דער רב ערצויגן געווארן בדרך התורה והיראה, און אינאיינעם מיט זיין משפחה איז ער אויסגעשטיגן אלס גאון וצדיק תמים. דער רב האט געלערנט ביי זיינע גרויסע רבי’ס הגה"ק רבי יונתן שטייף זצ"ל און הגה"ק מקאשוי זצ"ל, וועלכע האבן אים שטארק מחשיב געווען.

      ווי עס איז דערמאנט געווארן ביים לויה, האט דער רבי שוין פארגעלערנט שיעורים אלס בחור אין ישיבה, ער האט יעדן טאג געגעבן א שיעור אין ספר קיצור שולחן ערוך, און זינט דאן האט ער מרביץ תורה געווען פאר אלפי ישראל פאר א צייט אפשניט פון 65 יאר.

      בהגיע לפרקו האט דער רב חתונה געהאט מיט בתו חרגו פון מרן הגה"ק רבי הלל ליכטענשטיין מקראסנא זצוק"ל. די רעביצין וועלכע האט באגלייט דעם רב זצוק"ל און ארויסגעהאלפן מיט די עבודת הקודש אלע יארן, איז נפטר געוארן זומער תשע"ה.

      דער רב האט אינגערהייט געדינט אלס דיין אין די קהילה פון זיין שווער, און האט ביז צו זיינע לעצטע יארן גע’פסק’נט שאלות להלכה לכל שואל ומבקש. זיין טיר איז שטענדיג געווען אפן לכל עובר ושב, פאר הלכה’דיגע שאלות, חיזוק און הזכרות, און האט אלץ יעדן אויפגענומען במאור פניו.

      פאר די לעצטע עטליכע-צענדליגער יארן האט דער גאון געפירט די קהילה קדושה “כוונת הלב” - על שם דעם ספר ‘כוונת הלב’ פון זיין גרויסן שווער, פארשפרייטנדיג תורה וחסידות פאר הונדערטער חסידים און מעריצים.

      יעדן יום טוב און יומא דפגרא האבן די חסידים זוכה געווען מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פון רב וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט א דערהויבנקייט און העכערקייט. די חסידים וועלן נישט פארגעסן די געהויבענע הקפות און נענועים, די דרשות א’ סליחות און ליל כל נדרי ווען דער רב האט מאריך געווען מעורר צו זיין לתשובה ולתיקון המעשים.

      פאר לאנגע יארן האט דער רב געפירט די ישיבה הק’ “כוונת הלב” וואו עס האבן זיך משלים געווען הונדערטער תלמידים יראים ושלימים. דער רב אליין האט פארגעלערנט שיעורים כסדרן און פריוואט זיך געזארגט פאר די תלמידי הישיבה. יעדן טאג האט דער רב געדאווענט מיט די תלמידים במתינות ובכונת הלב, און דערנאך פלעגט דער רב לערנען פריוואט מיט תלמידי הישיבה, אריינצובאקן אין זיי תורה ויראת שמים.

      דער רב זצוק"ל האט איבערגעלאזט זיינע חשוב’ע קינדער, יבלחט"א הרבנים הגאונים שליט"א, בנו ממלא מקומו הגה"צ ר’ שלום יוסף חיים, בנו הגה"צ ר’ יהודה, חתנו הגה"צ ר’ שלום אליעזר כץ, חתנו הגה"צ ר’ יקותיאל יחזקאל מייזעלס, חתנו הגה"צ ר’ ליפא גראס, חתנו הגה"צ ר’ אלי’ שמעון קויפמאן.

      מיט פארקלעמטע הערצער האבן טויזנטער תלמידים, חסידים, מעריצים און תושבי העיר באגלייט דעם גאון וקדוש ביים לויה היינט פרייטאג פארמיטאג בבית מדרשו אין בארא פארק, אין שפיץ פון רבני העיר און גדולי ישראל פון אנדערע שטעט.

      ביים לויה האבן מספיד געווען טייל פון די חשוב’ע קינדער און איידימער שליט"א, און מען האט דעביי מכתיר געווען בנו הגדול הגה"צ רבי שלום יוסף חיים שליט"א אלס ממלא מקומו. דער לויה צוג האט זיך דערנאך ארויסגעלאזט קיין לאנג איילאנד וואו דער רב קומט לקבורה בחלקת כוונת הלב.

      וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה’.

      תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
      • ח
        חסיד ליטאי נערך לאחרונה על ידי

        האדמו"ר שהיה פרוש מהעולם הזה הלך לעולמו
        משכונת בורו פארק בברוקלין מגיעה הבשורה הקשה והמרה על הסתלקותו של האדמו"ר מכוונת הלב זצ"ל שהיה אחד מחשובי האדמו"רים בניו יורק והנהיג את בית מדרשו במשך עשרות שנים, לאחר חצות לילה בניו יורק הוא נפטר לבית עולמו בגיל 85af13f0cf-92b6-4079-82f8-4924a57b5efc-image.png

        תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
        • מ
          משמש בקודש נערך לאחרונה על ידי

          Screenshot_20220520-172729_Gmail.jpg Screenshot_20220520-172734_Gmail.jpg Screenshot_20220520-172743_Gmail.jpg Screenshot_20220520-172747_Gmail.jpg Screenshot_20220520-172803_Gmail.jpg Screenshot_20220520-172814_Gmail.jpg

          ברוך באבד תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
          • ברוך באבד
            ברוך באבד @משמש בקודש נערך לאחרונה על ידי

            גיסו נפטר לפני כשבועיים

            ברוך באבד תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
            • ברוך באבד
              ברוך באבד @ברוך באבד נערך לאחרונה על ידי

              @ברוך-באבד
              אביו לא היה אדמו"ר

              תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
              • מ
                משמש בקודש נערך לאחרונה על ידי

                אביו היה הרה"ח ר’ נח ליכטער מעיר וויען עסטרייך

                ברוך באבד תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
                • ברוך באבד
                  ברוך באבד @משמש בקודש נערך לאחרונה על ידי

                  מישהו יודע פרטים על הממשיך?

                  תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
                  • יבנה המקדש
                    יבנה המקדש מנהלים נערך לאחרונה על ידי

                    במסע הלויה של האדמו"ר מכוונת הלב הוכתר בנו הרה"צ שלום יוסף לממשיך דרכו כאדמו"ר מכוונת הלב.

                    ברוך באבד תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
                    • ברוך באבד
                      ברוך באבד @יבנה המקדש נערך לאחרונה על ידי

                      @יבנה-המקדש
                      יש לך עוד פרטים?

                      תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
                      • דער גבאי
                        דער גבאי מנהלים נערך לאחרונה על ידי

                        האדמו"ר מסאטמאר בניחום אבלים

                        bd885b4d-2c21-4f3f-9766-40483db8dc38-image.png

                        תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0

                        • פוסט ראשון
                          פוסט אחרון

                        חוקי הפורום