• הרשמה
    • התחברות
    • חיפוש
    • פוסטים אחרונים
    • משתמשים
    • חיפו גוגל בפורום

    בקודש פנימה דינוב

    גלריות
    1
    5
    134
    טוען פוסטים נוספים
    • מהישן לחדש
    • מהחדש לישן
    • הכי הרבה הצבעות
    תגובה
    • הגב כנושא
    התחבר בכדי לפרסם תגובה
    נושא זה נמחק. רק משתמשים עם הרשאות מתאימות יוכלו לצפות בו.
    • פיטסבורג'ער
      פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי

      שבת קודש פרשת ויקרא

      ליל שב"ק
      אום 6:20 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה כנהוג, מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ח ישראל יאקאבאוויטש הי"ו, נאכ’ן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת.

      עריכת שלחן הטהור
      אום 9:50 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו מעוטף בטליתו לערוך שלחנו הטהור, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם און ממשיך געווען מיט די זמירות, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען און טועם געווען פון די מאכלי שבת און געטיילט שריים, ביי אמירת לחיים און במשך’ן טיש האט רבינו שליט"א פארציילט עבדות וסיפורים פון הגה"ק רבי זאנוויל ווילאזשנער זי"ע, און נאכגעזאגט פון ספה"ק דברי תורה וואס רביה"ק בעל מנח"א זי"ע ברענגט משמו, ועוד,
      נאך די דברי תורה האט מרן רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: מה ידידות, הגה"צ אדמו"ר מנאדבורנא לינסק שליט"א, קה אכסוף, הרב יואל הורוויץ הי"ו, לקל אשר שבת, מו"ה אלימלך דייטש הי"ו פון קרית יואל, מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הרב בן ציון שליט"א בהגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, רבינו שליט"א האט געטיילט פירות און געטאנצען רננו צדיקים כנהוג.

      ביום השבת קודש
      שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען און בית מדרשינו צום דאווענען אום 9:15, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן מו"ה יואל ווייס הי"ו, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א.

      פארן ליינען איז רבינו שליט"א ארויף אויפ’ן ארון הקודש און מעורר געווען וועגען די שווערע מצב פון די אידן וואס געפינען זיך אין אוקריינע און די חיוב צי מרבה זיין בתפילה לטובתם, דערנאך האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה און פארגעזאגט די פרקי תהילים.

      רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, אין פתיחה אופן צווייטן ספר איז נתכבד געווארן מו"ה שלמה הערשקאוויטש הי"ו. מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה יושע הכהן כ"ץ הי"ו, מו"ה דוד הלוי שטיינבערג הי"ו, מו"ה יצחק צבי הערשקאוויטש הי"ו, מו"ה אברהם זילבערשטיין הי"ו, מו"ה שלום קויפמאן הי"ו, הרב ברוך יודא שניצלער שליט"א מטשאבע, מו"ה אפרים קויפמאן הי"ו מו"ה חיים יצחק בערקאוויטש ני"ו, הרה"ג שמחה שליט"א ראש הכולל, החתן משה הערשקאוויטש ני"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען מפטיר - זכור, הגבה, מו"ה יצחק שמואל פריינד הי"ו, גלילה, הב’ פרענקל ני"ו, הב’ יעקב הערשקאוויטש ני"ו.

      מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן מו"ה אלעזר יואל הערשקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, פתיחה פאר אנעים זמירות איז מכבד געווארן החתן משה הערשקאוויטש ני"ו.

      נאכן דאווענען האט מרן רבינו שליט"א קידוש געמאכט לרגל די שמחת עלי’ לתורה של החתן משה ני"ו בן מו"ה חיים מנחם הערשקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א האט געוואנטשען לחיים פאר די חתן און די מחותנים.

      מנחה ושל"ס
      נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה ושל"ס, צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה מאיר זאב הכהן זעלצער הי"ו, מו"ה אשר הלוי קרויס הי"ו, מו"ה חיים מנחם הערשקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און גלילה מו"ה אלימלך דייטש הי"ו פון קרית יואל.
      רבינו שליט"א האט זיך געוואשען צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, רבינו שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, נאך די דברי תורה האט מרן רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: יום שבתון, הרב יצחק ליפשיץ הי"ו, דרור יקרא, מו"ה מאיר זאב זעלצער הי"ו, שבת היום, מו"ה חיים מנחם הערשקאוויטש הי"ו, ויאתיו, הרב יחזקאל מאיר טענענבוים שליט"א, שושנת יעקב, מו"ה משה יצחק בעער הי"ו, דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
      הרב יצחק ליפשיץ הי"ו האט געדאווענט מעריב לפני התיבה, נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט קידוש לבנה און דער עולם איז אריבער און רבינו שליט"א האט געווינטשען א גוטע וואך.
      דערנאך האט מרן רבינו שליט"א געמאכט הבדלה, און געגעבען די וועכנטליכע שמועס פאר די חשובע בחורים.

      זינטאג ויקרא
      נאך מעריב האט מרן רבינו שליט"א מסדר קדושין געווען ביי די חתונה פון החתן משה ני"ו בן מו"ה חיים מנחם הערשקאוויטש הי"ו,
      unnamed.jpg
      שפעטער האט מרן רבינו שליט"א באשיינט די שמחת החתונה, רבינו שליט"א האט געטרינקען און געווינטשען לחיים, און געטאנצען מיט די חתן און די מחותנים.
      שמחת חתונה של החתן משה הערשקאוויטש הי"ו

      מאנטאג צו

      מיטאג צייט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין בית אופה דסאטמאר אין קרית יואל לאפיית מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט, רבינו שליט"א האט געגאסען וואסער און געקנאטען די טייג, און זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט בשעת’ן באקען, און דערנאך געקליבען די מצות, און זיך באדאנקט פאר די ארבייטער און די בעלי בתים.
      unnamed.jpg
      ביינאכט האט רבינו שליט"א באשיינט ביים שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון אן אייניקעל פון הגה"צ דומ"ץ סקולען שליט"א, רבינו שליט"א האט געטרינקען לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחותנים און עקסטער מיט די זיידע הגה"צ דומ"ץ סקולען שליט"א.

      דערנאך האט רבינו שליט"א באשיינט ביים שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון אן אייניקעל פון הרה"ח ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, רבינו שליט"א האט געטרינקען לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחותנים.
      אפיית מצות לקראת חג הפסח

      שמחת השבע ברכות לנכד הגה"צ דומ"ץ סקולען שליט"א

      שמחת השבע ברכות לנכד הרה"ח ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו

      דינסטאג צו

      נאך תפלת שחרית איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל הרב אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט געדינט אלץ סנדק, און געזאגט די ברכות וקריאת השם.

      נאכן ברית האט רבינו שליט"א געטרינקען לחיים און געווינטשען פאר די בעל שמחה און די זיידעס.

      דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריבער אין בית אופה דסאטמאר אין ווילאמסבורג לאפיית מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט, רבינו שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט בשעת’ן באקען, און דערנאך געקליבען די מצות, און זיך באדאנקט פאר די ארבייטער און די בעלי בתים.
      אפיית מצות לקראת חג הפסח

      unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg

      פיטסבורג'ער תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
      • פיטסבורג'ער
        פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי

        דאנערשטאג שמיני

        נאך מעריב האט מרן רבינו שליט"א מסדר קדושין געווען ביי די חתונה פון החתן חיים ני"ו מתלמידי ישיבותינו הק’ בן מו"ה אהרן פיקסלער הי"ו,

        שפעטער ביינאכט האט רבינו שליט"א באשיינט די שמחת החתונה של נכדת אביו כ"ק מרן אדמו"ר בעל בינת נבונים זצ"ל אייניקיל ביי חדב"ן הרה"צ חיים יהודה גראסמאן שליט"א בן לבנו הרב אשר גראסמאן וחתן הגה"צ ר’ מאיר מרדכי דוד אונגער שליט"א מקאמארנא מיט החתן בן הרב יחזקאל מנחם קליין שליט"א חתן הגה"צ רבי מרדכי בעק שליט"א ר"י תפארת התורה, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלען פון ‘עמינענס’ אין בארא פארק.
        ביים אריינקומען האט מרן רבינו שליט’'א זיך ווארעם באגריסט מיט גיסו הרה"צ שליט"א, און דערנאך געטאנצען מיט די חתן און די מחותנים און עקסטער מיט ב"ג הרב אשר גראסמאן שליט"א ובניו, ביים בענטשען איז רבינו שליט"א מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, דער בדחנא דמלכא מו"ה הערשל דייטש הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות וחרוזים און ער האט דערמאנט די גרויסע זייידעס וואס קומען אראפ די נאכט, מרן רבינו שליט"א איז ברגש קודש צוגעגאנגען צו די רקודים לפני הכלה, און געטאנצען מיט די חתן שליט"א, דערנאך האט רבינו שליט"א געטאנצען מיט גיסו הרב חיים גראסמאן שליט"א און בני משפחתו.

        רבינו שליט"א האט דערנאך אויסגעווארט די מצווה טאנץ פון גיסו הרה"צ רבי חיים יודה גראסמאן שליט"א.
        סידור קדושין של החתן חיים בן מו"ה אהרן פיקסלער הי"ו!

        תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
        • פיטסבורג'ער
          פיטסבורג'ער @פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי דער גבאי

          שמחת החתונה של נכדת כ"ק אדמו"ר בעל בינת נבונים זצ"ל
          בילדער מ. ר.

          unnamed.jpg

          unnamed.jpg

          unnamed.jpg
          unnamed.jpg

          תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
          • פיטסבורג'ער
            פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי

            שבת קודש פרשת שמיני - פרה

            ליל שב"ק
            אום 7:30 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה כנהוג, מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרב יחזקאל מאיר טענענבוים שליט"א, נאכ’ן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת.

            עריכת שלחן הטהור
            אום 11:00 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו מעוטף בטליתו לערוך שלחנו הטהור, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם און ממשיך געווען מיט די זמירות, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען און טועם געווען פון די מאכלי שבת און געטיילט שריים, ביי אמירת לחיים און במשך’ן טיש האט רבינו שליט"א פארציילט עבדות וסיפורים פון זקינו מרן הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זי"ע, און פון הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע,
            נאך די דברי תורה האט מרן רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: מה ידידות, הגה"צ אדמו"ר מנאדבורנא לינסק שליט"א, קה אכסוף, מו"ה שלמה אבערלענדער הי"ו, לקל אשר שבת, מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ רבי בן ציון שליט"א, רבינו שליט"א האט געטיילט פירות און געטאנצען רננו צדיקים כנהוג.

            ביום השבת קודש
            שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען און בית מדרשינו צום דאווענען אום 9:15, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן מו"ה פנחס אלימלך ווייס הי"ו, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי בן ציון שליט"א.
            רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה.
            מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה נפתלי הכהן הארטשטיין הי"ו, הרב אלעזר יודא הלוי דייטש שליט"א, הרב לוי יצחק סופר שליט"א, נכד רבינו הבה"ח משה יהודה ני"ו, מו"ה פנחס אלמלך ווייס הי"ו אב"י בקרית יואל, הגה"צ רבי בן ציון שליט"א, מו"ה זאב מיטטעלמאן ני"ו, אחרון, מו"ה יוסף זאב מויזקאפ הי"ו, הגבה, מו"ה ליפא גרינפעלד הי"ו, גלילה, הב’ דוד ני"ו ב"ר יוסף ראזנבערג הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען מפטיר - פרה, הגבה, מו"ה דוד טענענבוים הי"ו, גלילה, הב’ ב"ר שלום מאיר קרויס הי"ו.
            דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט ראש חודש ניסן מיט גרויס השתפכות הנפש.
            מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לכבוד די יארצייט פון זקינו מרן הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זי"ע,
            פתיחה פאר אנעים זמירות איז מכבד געווארן מו"ה אברהם מאיר יאזעף הי"ו.

            מנחה ושל"ס
            נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה ושל"ס, צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה פנחס אלימלך ווייס הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה יוסף נחמן הכהן מאטיאש הי"ו, הב’ שמואל הלוי שטיינבערג ני"ו, הרב אנטשיל שווארץ שליט"א, רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און גלילה מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו.
            רבינו שליט"א האט זיך געוואשען צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, רבינו שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, נאך די דברי תורה האט מרן רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: יום שבתון, הגה"צ אדמו"ר מצאנז-סטראפקוב שליט"א, דרור יקרא, הרב אנטשיל שווארץ שליט"א, שבת היום, מו"ה וואלף נויאוויטש הי"ו, ויאתיו, מו"ה חיים יעקב דייטש הי"ו, שושנת יעקב, מו"ה ליפא אקערמאן הי"ו, נאך די זמירות האט רבינו שליט"א פארציילט סיפורים פון זקינו הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זי"ע, דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
            הרב שמחה שליט"א ראה"כ האט געדאווענט מעריב לפני התיבה, נאך מעריב איז דער עולם איז אריבער און רבינו שליט"א האט געווינטשען א גוטע וואך.
            דערנאך האט מרן רבינו שליט"א געמאכט הבדלה, און געגעבען די וועכנטליכע שמועס פאר די חשובע בחורים.
            זינטאג תזריע

            נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געשריבן א אות אין די נייע ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן דורך קהלת חמ"ד נייטרא, דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקען לחיים און געווינטשען פאר ראשי הקהילה.

            דערנאך האט רבינו שליט"א געשריבן א אות אין די נייע ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח משה אהרן קעסטנבוים הי"ו, דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקען לחיים און געווינטשען פאר הרה"ח משה אהרן קעסטנבוים הי"ו און בני משפחתו.

            פיטסבורג'ער תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
            • פיטסבורג'ער
              פיטסבורג'ער @פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי דער גבאי

              כתיבת האותיות שעל ידי קהלת נייטרא
              unnamed.jpg
              unnamed.jpg unnamed.jpg

              תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0

              • פוסט ראשון
                פוסט אחרון

              חוקי הפורום