• הרשמה
    • התחברות
    • חיפוש
    • פוסטים אחרונים
    • משתמשים
    • חיפו גוגל בפורום

    בקודש פנימה סאטמאר מהר"א

    גלריות
    2
    5
    294
    טוען פוסטים נוספים
    • מהישן לחדש
    • מהחדש לישן
    • הכי הרבה הצבעות
    תגובה
    • הגב כנושא
    התחבר בכדי לפרסם תגובה
    נושא זה נמחק. רק משתמשים עם הרשאות מתאימות יוכלו לצפות בו.
    • פיטסבורג'ער
      פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי דער גבאי

      בקודש פנימה סאטמער מהר"א

      ליל פורים תשפ"ב

      Screenshot_20220317-103033_Video Player.jpg Screenshot_20220317-102959_Video Player.jpg

      תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
      • פיטסבורג'ער
        פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי

        יוד"ק דהרבי ר’ אלימלך זיע"א בהיכל הישיבה
        unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg
        אפייית מצות
        unnamed.jpg unnamed.jpg
        הנגיד ר’ שלום וייס בביקור
        unnamed.jpg

        יצחק כהן תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
        • יצחק כהן
          יצחק כהן @פיטסבורג'ער נערך לאחרונה על ידי

          @פיטסבורג-ער •≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈••≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈••≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈•
          מרן רבינו שליט"א ביי טחינת חטים לקראת חג המצות הבעל"ט

          c43324f6-9abe-40e3-82c7-fd994b937e8d-image.png

          •≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈••≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈••≈•≈•≈•≈•≈•≈•≈•

          יצחק כהן תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
          • יצחק כהן
            יצחק כהן @יצחק כהן נערך לאחרונה על ידי

            @יצחק-כהן unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg

            פיטסבורג'ער תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0
            • פיטסבורג'ער
              פיטסבורג'ער @יצחק כהן נערך לאחרונה על ידי

              @יצחק-כהן זונטאג פ’ שמיני
              פאר’ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר’ גרשון פעלבערבוים הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. און די שמחת הברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר’ זלמן לייב שפיצער הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. און די שמחת הברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר’ יודל גוטמאן הי"ו.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ יואל פארגעס הי"ו, הב’ בן מו"ה ר’ יואל רובינשטיין הי"ו, הב’ בן מו"ה ר’ יואל בערגער הי"ו, הב’ בן מו"ה ר’ יואל בן הרה"ח ר’ מאיר ווערטהיימער הי"ו, הב’ בן מו"ה ר’ חיים אברהם גליק הי"ו, און הב’ בן מו"ה ר’ יעקב קליין הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
              אין די נאכמיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א געלערנט מיט אחד מתלמידי ישיבה גדולה, בחדרו הפרטי אין ישיבה גדולה – סניף קדושת יואל. און אום 6:15 האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת מנחה אין ישיבה.
              אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ יעקב יודא גפן הי"ו, און הרה"ח ר’ יוסף לייב ברוין הי"ו, בים זאל פון כינור דוד. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ שמואל זיינוויל כהנא הי"ו, און הרה"ח ר’ אהרן שמואל פוקס הי"ו, ביים זאל פון בית רחל פאראדייס.
              בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען דער מעמד חתימת שטרות דורך הרבני הנגיד ר’ שלום ווייס הי"ו נדבן פונעם בנין האדיר מבצר כוללים בקרית יואל, וואו דער חשובער נדבן הי"ו האט פריש מנדב געווען צו קענען אהערשטעלן און רענאווירן דעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין, וואו עס וועט בעז"ה צוקומען נאך ארום 350 פרישע זיץ פלעצער פאר די פרישע לומדי הכולל אין די קומענדיגע יארן בעז"ה. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט בין הדברים די גרויסע זכיה פונעם נדבן, אז די פרישע צוועלף מורי הוראה בקהלתינו וועלכע זענען נתמנה געווארן פארגאנגענעם וואך, זענען אויסגעשטיגן להוראה אדאנק די פירות פונעם מבצר הכוללים. דער רבי שליט"א האט גע’חתמ’ט די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און מאציל געווען ברכת קדשו לרוב לטב ולחיין ולשלם.
              באזונדער זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון א ישיבה אין גרינפעלד פארק בהרי הקעטסקילס בהנהלת הרה"ג ר’ אלימלך מיללער שליט"א, דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די ישיבה און די סדר הלימודים, און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אינעם סוגיא וואס ווערט געלערנט אין די ישיבה, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכת קדשו פאר די בחורים.
              באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר’ יחזקאל בערגער הי"ו, און הרה"ג ר’ דוד שלמה עקשטיין שליט"א, וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת ערבית בשעה 10:50 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען מיט זמני כניסה.
              מאנטאג פ’ שמיני
              פאר’ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר’ חיים בן הרה"ח ר’ יואל בערקאוויטש הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתן הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ משה יושע ווייס הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור בספר תהלים קאפיטל ט’ פסוק ב’, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחרדרו הפרטי.
              אין די פארמיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט דעם וועכענטליכן באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו, וואו דער רבי שליט"א האט מפקח געווען אויפן גאנצן סדר האפיה און זיך אומגעקוקט אויף אלע חומרות והידורים.
              אין די נאכמיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א געלערנט מיט אחד מתלמידי ישיבה גדולה, בחדרו הפרטי אין ישיבה גדולה – סניף קדושת יואל. און אום 6:15 האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת מנחה אין ישיבה.
              אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ פנחס פראנקעל הי"ו פון וומסב"ג, און הרה"ח ר’ שמואל הערש פעלדמאן הי"ו, בים זאל פון כינור דוד. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ מנחם ישעי’ לעווי הי"ו, און הרה"ח ר’ יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו, ביים זאל פון בית רחל פאראדייס. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ לוי יצחק פעדער הי"ו, און הרה"ח ר’ שאול יחזקאל גראס הי"ו, ביים זאל פון קרן ויואל משה.
              באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר’ יואל צבי פילאפף הי"ו פון מאנסי, און הרה"ח ר’ יואל בן הרה"ח ר’ יצחק חיים ביקעל הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת ערבית בשעה 11:50 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
              נאך מעריב האט דער רבי שליט"א פארהערט הב’ משה דוד בן הרה"ח ר’ מנחם זאב מאקובעצקי הי"ו פון קרית יואל, ממצוייני תלמידי ישיבה גדולה סניף דברי ייואל, אויף טויזענט פינף הונדערט בלאט גמ’ בע"פ, אויף וואס ער האט משיב געווען כזקן ורגיל.
              דינסטאג פ’ שמיני
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף ויואל משה. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ זאב בערגער הי"ו, און הב’ בן מו"ה ר’ יואל גלאנץ הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור בספר תהלים קאפיטל ט’ פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי.
              אין די נאכמיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א געלערנט מיט אחד מתלמידי ישיבה גדולה, בחדרו הפרטי אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל. און אום 6:15 האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת מנחה אין ישיבה.
              אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ צבי פנחס מאשקאוויטש הי"ו פון וומסב"ג , און הרה"ח ר’ שלמה צבי בן הרה"ח ר’ דוד עקשטיין הי"ו, ביים זאל פון קרן ויואל משה.
              בעת די זמני כניסה אין וומסב"ג איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר’ זאב הלוי ווערצבערגער הי"ו פון בארא פארק ובני משפחתו, וועלכע הבן אפגעקויפט פאר א סכום אדיר א זכות נכבד אינעם היכל בית חי’ שע"י בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק. מרן רבינו שליט"א האט גע’חתמ’ט די שטרות מיטן נדבן, און האט מאציל געווען מברכתו פארן חשובער נדבן ובני משפחתו.
              באזונדער איז בקודש פנימה אריין א דעלעגאנציע פון הנהלת המוסד בוני עולם לרגל דאס עפענען א נייעם אפיס אין וומסב"ג, און רבינו שליט"א האט געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די פעולות לטובה פונעם חשובן מוסד. דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן מנהל הרה"ח ר’ שלמה באכנער שליט"א און פאר אלע עסקנים.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת מעריב בשעה 11:20 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און דערנאך ממשיך געווען מיט זמני כניסה.
              מיטוואך פ’ שמיני
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף ויואל משה. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתן הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ יואל מויזקאפף הי"ו. דער רבי שליט"א האט געצינדן פינף ליכט לע"נ חותנו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
              נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור בספר תהלים קאפיטל י’ פסוק א’, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי.
              אום 1:40 איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה – סניף קדושת יואל, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון ‘מצות צריכות כוונה’, בתור הכנה לשבת הגדול הבעל"ט. דער רבי שליט"א האט ברייט אויסגעשמועסט די גמ’ מיט די ראשונים, און משמיע געווען א לענגערן פלפול.
              אין די נאכמיטאג שטונדן איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. וואו ס’איז געפראוועט געווארן א יארצייט סעודה לע"נ האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, צוגעשטעלט געווארן דורך הרבנית הצדיקת תחי’, מיט די באטייליגונג פון בני ונכדי מרן רבינו שליט"א.
              אום 7:30 האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט תפלת מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
              אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ מאיר משה שפיצער הי"ו פון וומסב"ג, און הרה"ח ר’ יעקב שפילמאן הי"ו, בים זאל פון כינור דוד. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ ישעי’ ווערצבערגער הי"ו, און הרה"ח ר’ ליפא ניישטאדט הי"ו, ביים זאל פון בית רחל פאראדייס. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ חיים ארי’ שווארץ הי"ו, און הרה"ח ר’ יקותיאל מרדכי פריעדמאן הי"ו, ביים זאל פון קרן ויואל משה.
              באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת ספר תורה, אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ג ר’ יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד’, און ווערט אריינגעגעבן ברוב פאר והדר היינטיגן זונטאג פ’ תזריע אין היכל הישיבה גדולה שיעור ד’. דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אינעם ספר תורה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי שיעור ד’, דערביי האבן די בחורים געזונגען עטליכע ניגונים, און מרן רבינו שליט"א האט מאציל געווען ברכות לרוב פאר הרה"ג ר’ יצחק יעקב שליט"א, און פאר די ראשי הישיבה און פאר אלע בחורים. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען דארף מקשר זיין סוף התורה לתחלתה, די לעצטע מצוה פון כתיבת ספר תורה און די ערשטע מצוה פרו ורבו. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט דברי ברכה אז די בחורים זאלן זוכה זיין צו גוטע שידוכים במהרה.
              בשעה 11:50 האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט תפלת מעריב בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן פינף ליכט לע"נ הרה"ק ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.
              דאנערשטאג פ’ שמיני
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית בבית מדרשינו רב טוב, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה מעיין התורה במוסדותינו בארא פארק. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ יהודה שעהר הי"ו, הב’ בן מו"ה ר’ יואל פאסטערנאק הי"ו, און הב’ בן מו"ה ר’ ישראל יודא יעקב ווערצבערגער הי"ו.
              דער רבי שליט"א האט געצינדן פינף ליכט לע"נ הרה"ק ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע. און נאך קדיש פאר הודו האט מען געזאגט די תפלה קודם התפלה פון הרה"ק ר"ר אלימלך זי"ע. רבינו שליט"א האט מאריך געווען מיט די תפלה בבכיות נוראות ובדמעות שליש קרוב צו א האלבע שעה.
              נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל היומא דהילולא. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושתו ואורו הבהיר פונעם בעל הילולא וואס האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה ביזן היינטיגן טאג. דאס אז ס’איז נאך דא היינט א איד מיט יראת שמים איז נאר בכוחו פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע. דער רבי האט מאריך געווען אין די הייליגקייט פונעם תפלה קודם התפלה. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט בשבח הישיבה און מסיים געווען בדברי ברכה.
              אום 1:45 איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה – סניף קדושת יואל, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון ‘מצות צריכות כוונה’, בתור הכנה לשבת הגדול הבעל"ט. דער רבי שליט"א האט ברייט אויסגעשמועסט די גמ’ מיט די ראשונים, און משמיע געווען א לענגערן פלפול.
              דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם ספעציעלן צוגערישטן כתה וואו די בחורים האבן עוסק געווען בטחינת החיטים לצורך האפיית המצות לקראת יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה, און דערנאך אליינס געמאלן ווייץ בטירחא דגופא לשם מצות מצוה.
              בשעה 6:15 האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן פינף ליכט לע"נ הרה"ק ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.
              אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ יעקב קעסלער הי"ו פון וומסב"ג, און הרה"ח ר’ יואל בן הרה"ח ר’ אהרן קויפמאן הי"ו, ביים זאל פון כינור דוד. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר’ צדוק היילברוין הי"ו, און הרה"ח ר’ יואל בן הרה"ח ר’ אפרים יוסף עפשטיין הי"ו, ביים זאל פון בית רחל פאראדייס.
              מרן רבינו שליט"א האט מנחם אבל געווען הרה"ג רבי שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו, על פטירת אחיו המנוח הרה"ח ר’ אשר ע"ה.
              באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר’ משה יודא גאלדבערגער הי"ו, און הרה"ח ר’ יצחק שטויבער הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
              בשעה 9:45 האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת ערבית בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען מיט זמני כניסה.
              פרייטאג פ’ שמיני
              פאר’ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר’ משה הלל עסטרייכער הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
              מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל. פאר’ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתן הבר מצוה הב’ בן מו"ה ר’ יעקב קאפל יוסף גלאנץ הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי.
              שב"ק פ’ שמיני-פרה – מבה"ח
              ליל שב"ק אום 7:45 איז מרן רבינו אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו תפלת מנחה אנהויבנדיג מיט א ברען ‘הודו לה’ כי טוב’. מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ אנשיל עקשטיין הי"ו פון מאנסי, מ’האט געענדיגט אום 9:15, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיל לטובת ישיבת שערי יוסף נאווארדאק אין פראנקרייך, און דער ציבור איז אריבער זאגן ‘גוט שבת’.
              שולחן הטהור
              אום 9:50 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ‘שולחן הטהור’ אין היכל השולחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש ‘שלום עליכם’ מיט אן אש להבה. מיטן זמר ‘אשת חיל’ האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב’ מאיר אליעזר ני"ו בן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה-ויואל משה. מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו פון בית שמש.
              מיט’ן זמר ‘כל מקדש’ האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר’ צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו פון בית שמש, מיט’ן זמר ‘מנוחה ושמחה’ הרה"ח ר’ יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו פון וומסב"ג. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ’ן פסוק “וידום אהרן”, און אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון “אין עשה לפני הדיבור דוחה עשה דלאחר הדיבור”.
              מיטן זמר ‘י-ה אכסוף’ האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג רבי שלמה הערש בן הגה"צ רבי אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק’. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל בישיבה ורב דביהמ"ד צאנז-ק"י.
              עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א פארציילט פון הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, וואס זיין יארצייט געפאלט אויס פרייטאג כ"ט אדר.
              מיטן זמר י-ה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג רבי מאיר צוויבעל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב"ג. מ’האט אויפגעגעבן פירות, און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים. מ’האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל שמחת השלום זכור לבן הנולד למז"ט אצל מו"ה ר’ משה ארי’ בן הרה"ח ר’ שלמה הערש עקשטיין הי"ו.
              מיטן זמר אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר’ יעקב ברייטשטיין הי"ו פון בית שמש. מ’האט געענדיגט דעם טיש אום 12:35.
              וביום השבת קודש
              שב"ק אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:40, מיט ברכות ופסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו, צו שחרית ויוצר האט מרן רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות כנהוג. מ’האט געזונגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
              מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הר"ר אהרן קויפמאן הי"ו פון מאנטריאל, און הרה"ח ר’ אפרים יוסף עפשטיין הי"ו פון וומסב"ג, מיט פסוקי שמע ישראל הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב"ג.
              עליות
              כהן: החתן חיים אברהם ני"ו בן הרה"ח ר’ הערש פנחס מאשקאוויטש הי"ו; לוי: החתן שמואל צבי ני"ו בן הרה"ח ר’ מנחם ישעי’ לעווי הי"ו; שלישי: החתן יעקב ני"ו בן הרה"ח ר’ פנחס פראנקעל הי"ו; רביעי: החתן יושע ני"ו בן הרה"ח ר’ יעקב יודא גפן הי"ו; חמישי: החתן שמעון ני"ו בן הרה"ח ר’ צדוק היילברוין הי"ו; שישי: החתן לייבוש ני"ו בן הרה"ח ר’ יעקב קעסלער הי"ו; שביעי: הרה"ח ר’ יואל עפשטיין הי"ו; אחרון: הרה"ח ר’ אברהם בראך הי"ו וומסב"ג; הגבה: הרה"ח ר’ שלמה הערש בן הרה"ח ר’ דוד עקשטיין הי"ו; גלילה: הרה"ח ר’ יוסף לייב ברוין הי"ו; מפטיר-פרה: מרן רבינו שליט"א, מרן רבינו שליט"א האט קורא שם געווען פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר’ אהרן גרשון מנחם אונגאר הי"ו; הגבה: הרה"ח ר’ יעקב ברוינער הי"ו פון ב"פ; גלילה: הרה"ח ר’ שמואל הערש פעלדמאן הי"ו. דער רבי שליט"א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
              מוסף: מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ דוד עקשטיין הי"ו, מיט פתיחת הארון פאר אנעים זמירות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו. מ’האט געענדיגט דאווענען אום 12:50.
              נאכן דאווענען איז בביתו נאוה קודש געפראוועט געווארן א קידושא רבא לרגל שמחת הקידושא רבא פון נכד מרן רבינו שליט"א אצל הרה"ג ר’ ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה-ויואל משה. דער רבי שליט"א האט געזונגען זמירות און געשמעקט בשמים, דאן האט דער רבי שליט"א מקדש געווען על הכוס, און טועם געווען פון מזונות און פיש. דער ציבור האט געזונגען ניגוני שמחה, און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און פאר’ן גאנצן ציבור.
              רעווא דרעווין
              אום 7:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס, עס איז נתכבד געווארן צו דאווענען פאר’ן עמוד הרה"ח ר’ פנחס פראנקעל הי"ו פון וומסב"ג, מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ הערשל כ"ץ הי"ו פון וומסב"ג; כהן: הרה"ח ר’ מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו; לוי: הרה"ח ר’ בערל פעלדמאן הי"ו פון מאנטריאל; שלישי: הרה"ח ר’ מרדכי ראזנפעלד הי"ו פון וומסב"ג; גלילה: הרה"ח ר’ אהרן שאול סאנדעל הי"ו.
              מיט’ן זמר ‘אודה’ האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר’ שלמה הערש עקשטיין הי"ו, און מיט ‘שיר המעלות’ הרה"ח ר’ משה גאלדשטיין הי"ו.
              דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפ’ן פסוק פון די קריאה “זאת חוקת התורה”, לויט ווי ס’שטייט אין עבודת ישראל בשמו פון הרה"ק בעל קדושת לוי זצ"ל אויפן פסוק “וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם”, ווען א איד טוט א מצוה, אויב איז ער אויפגעוואקסן אין א הייליגע שטוב וואס אבות אבותיו האבן זיך געפירט בדרך הישרה איז דאס נישט אזא חידוש, אויב אבער קומט ער פון א שוואכע שטוב, ער האט אליינס בוחר געווען צו גיין בדרך הישרה, איז דאס זייער א גרויסער חשיבות. דערפאר ווען אידן זענען געקומען ביים בארג סיני און געזאגט נעשה ונשמע האט מען נאך געקענט מקטרג זיין אויף זיי וויבאלד זיי שטאמען פון אברהם יצחק ויעקב איז דאס נישט אזא גרויסער חידוש. אבער באמת האבן זיי געהאט א טיפע השפעה פון וואס זיי זענען געווען אין מצרים, און פונדעסטוועגן האבן זיי מקבל געווען די תורה. והא ראי’ ווייל גלייך נאך מתן תורה האבן זיי געמאכט דעם עגל, זעט מען אז זיי האבן די השפעה פון טומאת מצרים, דערפאר איז דאס א גרויסער זכות די קבלת התורה.
              מיט דעם פארשטייט מען פארוואס ס’שטייט זאת חוקת התורה, און נישט זאת חוקת הפרה, וויבאלד דער אויבערשטער האט געהייסן ברענגן א פרה אדומה צו מכפר זיין דעם חטא העגל, איז א ראי’ אז זיי האבן געהאט א טיפע השפעה פון טומאת מצרים, אויב אזוי ווערט דער ענין פון קבלת התורה נתעלה,דערפאר שטייט “זאת חוקת התורה”.
              וועגן דעם שטייט “לאמר”, ווייל יעדער איד מאכט מיט שווערע נסיונות היצר, און לפעמים קען זיך אמאל מאכן אז מ’איז נישיט מנצח דעם יצה"ר און מ’ווערט ליידער נכשל, און נאכדעם וויל מען טון דעם רצון ה’ צו מקיים זיין מצוות, איז דער דרך היצה"ר צו מעלה זיין אויפן זכרון אלע עבירות וואס ער האט געטון, דארף מען זיך מחזק זיין קעגן די טענת היצר, איך בין טאקע נכשל געווארן, איך לעב אין אזא טריפה’נע מדינה וואס לאזט איבער אזעלכע השפעות, אבער אדרבה, דאס מאכט גרעסער די מצוה, אז איך גיי בוחר זיין צו גיין בדרך התורה. דאס נעמט מען פון פרה אדומה, מ’האט געהאט אן השפעה פון די מצרים און דאך האט מען מקבל געווען די תורה. דאס ווייזט די חשיבות פון יעדן איינציגן איד. בל ידח ממנו ידח. מיר לעבן אין אזא טריפה’נע מדינה און דאך קומען אידן אין ביהמ"ד, מ’לערנט און מ’דאווענט און מ’דינט דעם הייליגן באשעפער, דאס איז געוואלדיג חשוב פארן בוכ"ע.
              מיטן זמר ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר’ מרדכי ראזענפעלד הי"ו פון וומסב"ג, און מיט’ן זמר קל מסתתר האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר’ וואלף ברוינער הי"ו פון בארא פארק. מיטן זמר שושנת יעקב איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ אפרים יוסף עפשטיין הי"ו פון וומסב"ג, מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן החתן שמעון ני"ו בן הרה"ח ר’ צדוק היילברוין הי"ו. מיט תפלת מעריב איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ יצחק טייטלבוים הי"ו. און מיטן נר הבדלה האט זוכה געווען בגורל הילד בן מו"ה ר’ אליעזר דוד גליק הי"ו, מ’האט געענדיגט דאווענען אום 10:10.
              במוצאי יום גילה:
              נאך הבדלה איז בקודש פנימה אריין א קבוצה בחורים מתלמידי ישיביתינו הק’ ישיבה גדולה ויואל משה בארא פארק, דער רבי שליט"א האט גענומען שלום בפנים מאירות, און אויסגעפרעגט וועגן די לימודים. דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטן פאר די בחורים אז זיי זאלן מצליח זיין בתורה ויראת שמים דעם זמן און קומענדיגע זמן. באזונדער האט דער רבי שליט"א געוואונטשן זיווגים הגונים פאר די בחורים.unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg unnamed.jpg

              תגובה 1 תגובה אחרונה תגובה ציטוט 0

              • פוסט ראשון
                פוסט אחרון

              חוקי הפורום