א חסיד'ישע ניגון - עולם הנגינה בקול מבשר. [בשפת האידיש]
-
49 הקלטות מהתכוניות האחרונות של החסיד’ישע ניגון בקול מבשר
על מקורות ומאחורי הקלעים של ניגונים עתיקים מחצרות הקודשהרב דוד מאיר רוס
מוצ״ש בראשית פ״ב
א שמועס איבער ווארעמהארציגע חסידישע נגינה פון אמאל, וואס זענען פארפאסט געווארן דורך אמאליגע אידן
-
חסיד’ישע נגינה: דער זמר “יום שבתון אין לשכוח”
מוצ״ש נח פ״ב
אין א שמועס מיט הרב שמואל זלמן קליינמאן ווערן געדעקט די מקורות, מנהגים און ידיעות איבער דעם פיוט - אויך אלערליי קאמפאזיציעס וואס זענען דערויף פארהאן - לכבוד פרשת נח, ווען "יונה מצאה בו מנוח
-
חסיד’ישע נגינה: מיט הרה"ח ר’ יושע ברויער שי’, מלחין לבית סקווירא
מוצ״ש לך לך פ״ב
ווארעמהארציגע ניגוני “ברוך קל עליון” און נאך. און וויאזוי זענען חסיד’ישע ניגונים אנגעקומען גאנץ נאך דער מלחמה, ניגונים וואס האבן געוואנדערט פון איין חסידות צום אנדערן, דער אכזריות’דיגער און טראגישער סוף וואס איינער פון די גרעסטע חסיד’ישע מלחינים האט געהאט, אז עס לייגט זיך ניטאמאל אויפ’ן געדאנק, און וויאזוי האט ער נאך געזינגען נאך זיין קבורה.
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ דוד ברים פון באיאן באריכט איבער דעם הערליכן מלוה-מלכה וואס איז געפראוועט געווארן לזכרו פונעם מלחין לבית מאדזשיץ הרה"ח ר’ בנציון שענקער ז"ל - צום פינפטן יארצייט
מוצ״ש חיי שרה פ״ב
הערט אויך איבער רבי בנציונ’ס שייכות קיין באיאן, און פארוואס ער האט איבערגעשיקט א צווייטע מאל “דרשה געשאנק” ביי איינע פון די חתונות. אויך דערקוויקט זיך מיט א חלק פון די ניגונים. -
חסיד’ישע נגינה: צווילינג ניגונים. הרב חיים אהרן קליטניק שי’, מחשובי חסידי סטולין
מוצ״ש תולדות פ״ב
מען שמועסט אויס די ניגונים וואס זענען זייער ענליך איינע צו די אנדערע און וויאזוי דאס האט פאסירט. ניגונים וואס מען מישט זיך אויס צווישן זיי, און ניגונים וואס דער זכרון האט געוויס קאמפאזירט א חלק פון די תנועות
-
חסיד’ישע נגינה: הרב בנימין משה שטעקל, אייניקעל פון הרב קלמן ז"ל צו די שלושים
א’ וישלח פ״ב
א שמועס איבער דעם זיידן דער דורכגעווייקטער איש חסיד און פארצייטישער מלחין ובעל מנגן הרב קלמן מחשובי חסידי וויזניץ און איבער זיין נגינה
-
חסיד’ישע נגינה לרגל י"ט כסליו, מיט דוד הירוויץ, וואו עס ווערן אויסגעשמועסט די ניגוני חב"ד בכלל און די צען ניגונים פונעם בעל התניא בפרט
א’ וישב פ״ב
הערט איבער דעם ניגון וואס דויערט צען סעקונדעס, און איבער דעם צוואה פונעם רב ווען מ’זאל זינגען די ד’ בבות. וועלכע ניגונים זענען במקור, און וויאזוי זעט אויס היינט א פארברענג אין חב"ד
-
חסיד’ישע נגינה: הרב בנימין משה שטעקל, אייניקעל פון הרב קלמן ז"ל (חלק ב’)
א’ מקץ פ״ב
א שמועס איבער דעם זיידן דער דורכגעווייקטער איש חסיד און פארצייטישער מלחין ובעל מנגן, אן אפהאנדלונג איבער זיינע אייגן פארפאסטע ניגונים און די קשר צו די וויזניצער רביים זי"ע -
חסיד’ישע נגינה: הרב אייזיק קעסלער
א’ ויחי פ״ב
הערט מער איבער די מנהג אין באבוב’ער הויף צו שפילן מיט א פידל איינמאל אין יאר, שטייענדיג אין די וואך וואס סרח בת אשר האט איינגעמאלדן פאר יעקב אבינו עוד יוסף חי’ שפילענדיג אויף א פידל
-
חסיד’ישע נגינה: הרב צבי הוירוויץ
ב’ שמות פ״ב
אן אפהאנדלונג איבער די פאפולערע ניגונים פון זיין ברודער הרב משה הוירוויץ ז"ל, צווישן זיי די פאפולערע ניגון “כי כל פה לך יודה”
-
חסיד’ישע נגינה: הרב דוד מאיר רוס
א’ בא פ״ב
א שמועס איבער ווארעמהארציגע חסידישע נגינה פון אמאל וואס האבן א שייכות מיט הרה"ק רבי זושא פון האניפאלי זי"ע
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ הערשל פריעדמאן
ב’ בשלח פ״ב
חסידישע נגינה און חסידישע הויפן: די וואך ק"ק אמונת ישראל
-
@שמואל-1 זה מראה בכל מה שהעלת בדקות האחרונות שאי אפשר לשמוע.
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ גדעון לעווינזאהן
ב’ יתרו פ״ב
חסידישע נגינה און חסידישע הויפן: די וואך ק"ק אמשינוב
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ אלישע קלויזנער
א’ משפטים פ״ב
חסידישע נגינה און חסידישע הויפן: די וואך ק"ק אמשינוב
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ ישראל בוימל
ה’ משפטים פ״ב
חסידישע נגינה און חסידישע הויפן: די וואך ק"ק באיאן
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ שלמה זלמן קליינמאן
ב’ ויקהל פ״ב
ר’ שלמה זלמן שמועסט אויס אלע ניגונים פון חודש אדר און פורים פון ווי זיי שטאמען און זייערע מקורות
חסיד’ישע נגינה: ר’ שלמה זלמן קליינמאן
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ יצחק וויינגארטן
ג’ פקודי פ״ב
אין די סעריע פון ‘חסיד’ישע הויפן’, גיבט הרה"ח ר’ יצחק א שטיקל אריינבליק איבער די ניגוני בבית ביאלא
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ עמרם אקער
ד’ צו פ״ב
א שמועס מיטן סאטמארער בעל מנגן איבער די ערשיינונג פון זיין נייע אלבום משתה היין לכבוד פורים
-
חסיד’ישע נגינה: ר’ אשר זעליג גאלדמאן
א’ מצרע פ״ב
א שמועס מיט א נאנטער ברודער פון הרב משה גאלדמאן ז"ל, וועלכע שמועסט אביסל איבער די רייכע חסידישע ניגונים פון זיין ברודער צום יארצייט