פארגעניגון מיט עתיקין - תוכנית מוזיקה באידיש - קול מבשר
-
פארגעניגון עם חוקר הנגינה ר’ בנימין נויפלד מעתיקין, תוכנית מוזיקה באידיש על ניגונים עתיקים מחצרות הקודש, בקול מבשר
פארגעניגון
ו’ נשא פ״ג
קול מבשר נעמט אייך אויף א שפאציר אין חסיד’ישע נגינה. צוזאמען מיט’ן חוקר נגינה ר’ בנימין נויפעלד שי’, גייט מען דורך די “ברכת כהנים” (נשא, חו"ל) און דער “ויהי בנסוע” (בהעלותך, ארה"ק) פון ר’ זיידל ראוונער ז"ל
-
פארגעניגון
ה’ בהעלתך פ״ג
פון וואו קומט דער תנועה פונעם הייליגן “דברי יואל”? און פון וואו שטאמט דער הארציגער “קול קדושים” וואס ווערט צום ערשטן מאל דא אויסגעשפילט? הערט דעם וועכנטליכן שמועס מיט דער חוקר הנגינה ר’ בנימין נויפעלד שי’, וואו איר וועט געוואויר ווערן גאר אינטערעסאנטע זאכן איבער די און נאך ניגונים, און אויך הארות פון חשוב’ע צוהערער און די תגובות המערכת -
פארגעניגון
ה’ שלח פ״ג
א ‘ליל ששי פארברענג’ מיט עתיקין איבער ניגונים ארום דער פרשה און עניני דיומא, אויך איבער דעם לעגענדארער חזן רבי יאסעלע ראזנבלאט ז"ל וועמענ’ס יארצייט פאלט די וואך
-
פארגעניגון
ה’ קרח פ״ג
דער הערליכער ניגון “פליאה דעת ממנו” און אירע אידישע ווערטער, לויט עטליכע ווערסיעס. אויך עטליכע חתונה ניגונים פון מאדזיץ
-
פארגעניגון
ו’ חק"ב פ״ג
פרשת בלק בארץ הקודש
היינטיגן ליל-ששי ווערט אויסגעשמועסט די ניגונים: עולם הזה דומה לפרוזדור, אשרי העם שככה לו, ישמחו פון ויז’ניץ, תפן אלינו ברחמים, א ‘לכה דודי’ לכבוד שבת, חמול תשכ"ט לאמרי אש, ידיד נפש פון ר’ הערשל כאגאן, ניגון התעוררות לר’ יאסל אשכנזי, שהשלום שלו, כי אנו עמך לר’ לייבל גולדקנופף, און נאך. הערט אין דעם שמועס: אין וועלכע ניגון איז דער וועלט זיך טועה? און וואספארא מעסעדזש האט מונה ראזנבלום איבערצוגעבן פאר די ‘קול מבשר’ צוהערער?
-
פארגעניגון
ווקאלי
ה’ פנחס פ״ג
פרשת פנחס
-
פארגעניגון
ה’ מטו"מ פ״ג
אין ליכט פון “בין המצרים” רעדט הרב בנימין נויפעלד ארום איבער ניגונים וואס האבן שייכות מיט די יעצטיגע צייט. אויך ווערן אויסגעשמועסט הערות וואס זענען אריינגעקומען פון די חשוב’ע צוהערער
-
פארגעניגון
ו’ דברים פ״ג
א שמועס איבער ספעציעלע ניגונים און נוסחאות אויף תשעה באב און אויף די קינות לתשעה באב, און נאך פארשידנס מענייני דיומא
-
פארגעניגון
ו’ ואתחנן פ״ג
פארגעניגון מיט עתיקין שמועסן אויס דעם ניגון “גלות גלות” פון רבי אייזיקל קאלובער זיע"א, וועלכעס איז געזונגען געווארן בחצרות צדיקים. אויך אינטערסאנטע ידיעות איבער דער נוסח פון ‘שבת’ מיט דעם קשר צו קינות. און ספעציעלע ניגונים פאר שבת נחמו
-
פארגעניגון
ו’ עקב פ״ג
פרשת עקב
-
@שמואל-1 האם בפרשת ראה לא היה?
-
פארגעניגון
ו’ ראה פ״ג
פארגעניגון מיט עתיקין: ליל שישי פרשת ראה תשפ"ג - מברכים החודש: דער נוסח פון קדיש סליחות, קולו בקודש פון הייליגן סאטמארער רבי’ן זי"ע, אחת שאלתי און נכספה פון הייליגען סקולענער רבי’ן, א זייער פאסיגער ניגון אויף שבעה דנחמתא פון הגאון הקדוש רבי ברוך בער לייבאוויטש זי"ע, א ברייטער שמועס מיט הרב בנימין נויפעלד שי’ איבער דער חכמת הנגינה אמאל און היינט, און נאך פארשידענס
-
פארגעניגון
ו’ שופטים פ״ג
געשמאקע ניגונים אויף די פסוקי הפטורה, מה נאוו על ההרים, פצחו הרים רינה, א ניגון אויף “לב טהור” פון הרה"ח ר’ משה הורביץ זצ"ל, און א ברייטע שמועס פון הרה"ח ר’ בנימין נויפעלד שי’ איבער די מקורות פון דעם מורא’דיגן ויז’ניצער “חמול” | א פארגעניגון מיט עתיקין -
פארגעניגון
ו’ כי תצא פ״ג
“נחפשה דרכינו”, א ניגון פון קאליבער רבי’ן פון ארץ ישראל זצ"ל, “צור ישראל” א ניגון פון הגה"ח ר’ משה הורביץ זצ"ל, “אשת חיל” פון סיגעט אויף זכרנו לחיים - “מלוך” פון ר’ זיידל ראוונער אן אינטערסאנטער און ברייטער שמועס מיט ר’ יחיאל שטיינמעץ איבער דער ארבעט וואס ער לייגט אריין אין ר’ זיידל’ס ניגונים און בכלל איבער נגינה אמאל און היינט -
פארגעניגון
ו’ כי תבא פ״ג
“ובשופר גדול” אויפ’ן מורא’דיגן ניגון “כבקרת” פון דעם הייליגן ‘דברי ישראל’ פון מאדז’יץ. - א “חמול ניגון” פון רבי יענקל טאליכאנער פון די הייליגסטע ניגונים בחצה"ק סלאנים. - א ניגון אויף ימים נוראים אין גראמען געזונגען דורך דעם מנוח האברך החשוב ר’ יעקב יוסף קויפמאן ע"ה פון חצה"ק סקווירא, צום ערשטן יארצייט - “כבקרת” פון יאסעלע ראזנבלאט געזונגען דורך חזן מאטי בויאר, באגלייט מיט גאר א רייכער שמועס מיט’ן חזן מוטי בויאר, וואס טיילט מיט גאר אינטערסאנטע ידיעות… - הערטס און האט הנאה, פון דעם אינהאלט און תוכן אהערגעשטעלט דורך הרב בנימין נויפעלד שי’ | א פארגעניגון מיט עתיקין. -
פארגעניגון
ב’ פ״ג
פרשת האזינו
-
פארגעניגון
ג’ האזינו פ״ד
עשרת ימי תשובה