מהנעשה ונשמע בחצה"ק סאטמאר
-
מהנעשה ונשמע בחצה"ק סאטמאר
-
-
-
-
מֶלֶךְ בִּמְסִבּוֹ הוֹפִיעַ בִּיקָרוֹ, רִבּוֹתַיִם אַלְפֵי שִׁנְאָן מְשַׁנְּנֵי פְאֵרוֹ, קוֹל ה’ יָחִיל מִדְבָּרוֹ, וְכֻלּוֹ אוֹמֵר כָּבוֹד בִּפְאֵר דְּבִירוֹ, וַיִּשְֹמְחוּ כָּל הָעָם, בְּשִֹמְחַת אִמְרֵי נֹעַם
זמן מתן תורתינו מקרא קודש בצלא דמהימנותא קדישא, אינעם סלאגאן הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא, אין פולן זין פון ווארט, אין אנחנו מספיקים להודות אויף די חסד עליון ווען מיר אלע חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים רבנן ותלמדיהון מארבע פינות העולם ווארעמען זיך אונטער דעם רוח טהרה במשך דעם לעכטיגען יו"ט פון קבלת התורה, ואשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בבית קודש הקדשים, ביי די תפלות, טישן, מעמדי קודש, און הערן 6 מאל תורה באש להבה, און עמערס תל של תחי’ מיטצונעמן אויפן זוממער ולהתחזק בדרכי רבותינו הק’ בצל צדיק כתמר, ביז מיר וועלן אינאיינעם זוכה זיין לקבל פני משיח צדקנו באנפין נהירין ומלכינו בראשינו.
פאלגענד זענען די פרטי וסדרי הימים מיט תוכן דב"ק להשביע נפש שוקקה הצמאים לשמוע מהנעשה והנשמע:
מיטוואך נאכט, נאך ספירת מלכות שבמלכות, זענען אריין אל הקודש פנימה א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה ח"ב כיתה הגה"צ רבי ליפא שליט"א, ר"מ בישבתינו הק’, און פארהערט אויף די לימודים פון די לעצטע תקופה, פארן פארהער האט רבינו שליט"א געזאגט אז ביי ספירת העומר זאגט מען אז די מצוה איז תספרו חמישים יום, דאס מיינט אז די תכלית יעצט איז צוזאמצונעמען אלע ימי הספירה אינאיינעם און דאס איז די עבודת היום, און דאס קען זיין די טעם פארוואס מען זאגט אז ו’ סיון איז זמן מתן תורתינו, ווייל דעמאלטס איז די עבודה פון קבלת התורה צוזאמצונעמען די גאנצע עבודה פון די ימי הספירה, און טאקע דערפאר איז דא א פארהער וואס דאס איז צוזאמצונעמען די לימודים וואס מען האט געלערנט.
ערב יום טוב צופרי ביי קריאת התורה האבן די געסט מכל קצוי תבל גומל געבענטשט, און נאכן דאווענען אריין אל הקודש פנימה שלום נעמען, דער רבי האט נאכגעזאגט די מאמר פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אויפן פסוק ה’ נתן אומר המבשר צבא רב, אז דורך דעם וואס איז אידן ווילן מקבל זיין די השפעות פון קבלת התורה, שיקט די בוכ"ע אראפ דיבורים צו קענען מקרב זיין לבבות ישראל צו קבלת התורה.
ערב יום טוב נאכמיטאג האבן אלפי אנ"ש בעלי בתים ואברכים און די טויזענטער בחורי חמד זיך צוזאמגענומען צאויף דער יערליכער לימוד שתי שעות רציפות אלס הכנה צו קבלת התורה, במיוחד דאס יאר כרצון הקודש ביים לעצטן סוגיא שיעור היי יאר, אז די אמת’דיגע קבלת התורה איז נאר אז מען איז זיך קובע צו לימוד תורה במשך די יום טוב טעג.
פארן זמן הדלקת הנרות געמאכט די עירוב תבשילין און עס מזכה געווען פאר די שטאט און אלע אורחים, דערנאך געצינדען א יזכור ליכט.
ארום 9 אזייגער איז דער רבי אריין געקומען פון חדרו הפרטי אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, אויף מערבית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר’ מרדכי מעללער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו מאנטשעסטער, נאכן דאווענען איז מען אריבער א לענגערע צייט וואונטשן גוט יום טוב און די איבריגע געסט האבן שלום גענומען.
ארום 1:50 איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צום שלחן הטהור, הגבהת הכוס הרה’‘ח בעריש קרויס הי"ו פון מאנטשעסטער, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דבקות לכבוד יום טוב, הרה"ח ר’ אלטר יחזקאל גליק הי"ו שו"ב פון קרית יואל האט געזינגע דעם פלאנטשער אהבה רבה ווי איינגעפירט.
תוכן דב"ק שולה"ט תיקון ליל שבועות: רבינו שליט"א האט אנגעהויבן מיט דיוקים אויף די פרשה פון קבלת התורה און די מדרשים, בתוך הדברים ארויסגעברענגט די עבודה פון די היינטיגע נאכט, אז יעדע איד האט א חלק און די אותיות התורה, דאס מיינט אויכעט אז די עצם איד האט א דין ווי די קלף פון א ספר תורה, וואס די קלף אליינס האט א גרויסע קדושה אז מען דארף עס מעבד זיין לשמה כדי עס זאל זיין ראוי צו קענען שרייבן דערויף די הייליגע אותיות התורה און די שימות הקדושים, אזוי אויכעט דארף יעדע איז זיך צוגרייטן דעם גוף בקדושה ובטהרה צו קענען זוכה זיין אריין צו נעמען און די זיך די הייליגע אותיות התורה, און דאס איז די עבודת הלילה וואס מען איז עוסק א גאנצע נאכט בלימוד תורה, וואס דאס איז די גרעסטע מיטל מיט וואס מען איז זיך מכין צו די ריכטיגע קבלת התורה.
נאכגעזאגט דאס וואס דער רבי זי"ע ברענגט פונעם חיד"א אויפן פסוק קדושים תהיו, מזומנים תהיו למצותי, כי קדוש אני, ווייל איך בין מוזמן אויסצוהערן ענקערע תפילות, האט דער רבי געזאגט אז אין אזא הייליגע נאכט און אידן גרייטן זיך צו צו קבלת התורה מיט די כוח התורה, דורך דעם ווערט מען מזומן, און בזכות זה זאגט די אייבישטער, איך שטיי מוכן ומזומן צו מקבל זיין די תפילות וואס מען וועט מתפלל זיין און דעם טאג.נאך די תורה האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים התעוררות ודביקות, און ארום האלב 4 מכבד געוען בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א מיט ברכת המזון, דערנאך אריין אין צימער, און מען האט ממשיך געווען ווייטער מיט’ן תיקון.
ביים עלות איז רבינו שליט"א געגאנגען אין מקוה.ארום 10:15 אריין געקומען אין ביהמ"ד צו שחרית מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק זי"ע, און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגנען הרה"ג ר’ יוסף לייב עסטרייכער ר"מ בישיבה גדולה, וועלכע האט פארגעדאווענעט בהתעוררות.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און אנגעהויבן עד הנה כנהוג, מען האט געזינגען ביי הקל בתעצומות אין ביי תתברך, די התעוררות און ביהמ"ד איז געווען גאר גרויס, ווען דער רבי האט אויסעגלאזט די ברכת יוצר און די גאנצע ציבור האט אנגעהויבן די ברכת אהבה רבה, דערנאך ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיטן ניגון און עס איבער געזינגען איין מאל און נאכאמאל, בעת די ציבור און ביהמ"ד פארגיסן טייכן טרערן וועלכע איז צוזאמען ארויס פון טויזענטער אידן כאיש אחד בלב אחד.
מען האט געזינגען ביי הויכע שמו"ע מכלכל חיים מיט ממקומך, נאך הלל ארויס אויף א הפסקה מען האט פארקויפט די עליות.
הוצאה והכנסה, הרב יוסף ליפשיץ שליט"א פון לאנדאן, הרב יעקב קארנבלי שליט"א מנהל בית רחל לאנדאן
רבינו שליט"א האט געדינט אלץ בעל קורא מיט שטריימעל אויפן קאפ, נאכן אויסרופן צו כהן הרה"ח ר’ מאיר ראטה הי"ו, אנגעהויבן מיט שבח רבון עלמין און פארגעזאגט בקול חוצב להבות, די הייליגע פיוט פון אקדמות פון קלף בכתב אשירות, לוי האט עולה געווען הרה"ג ר’ אשר מאנן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק’ מוירטל, שלישי הרה"ח ר’ משה הערש דייטש הי"ו, רביעי הרה"ח ר’ ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל, רבינו שליט"א האט עולה געווען חמישי עשרת הדברות, הגבה הרה"ח ר’ יעקב משה פעקעטע הי"ו פון לאנדאן, גלילה הרה"ח ר’ אביגדור שלום שניצלער הי"ו פון מאנטריאל, מפטיר מוה"ר יעקב ב"ר יחזקאל שווימער הי"ו, הגבה הרה"ח ר’ בעריש גראס הי"ו פון לאנדאן, גלילה הרה"ח ר’ יוסף שמואל פאזען הי"ו פון מאנטריאל.צו מוסף איז צוגעגאנען, הרה"ג ר’ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט"א, דומ"ץ קרית יטב לב.
מהאט פארענדיגט דאווענען אום 2:45.
נאך עטליכע מינוט אריין צום מיליכגן טיש, הגבהת הכוס צו קידוש הרב שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני תורה, כד יתבון ישראל, והערב, רבינו שליט"א האט טועם געווען פון די מילכיגע מזונות, אין דערנאך האט מען אויפגעגעבן קרעפליך, און דערנאך געזאגט די פלפול ושמעתתא אינעם סוגיא פון נדרים ונדבות קריבים ביום טוב וועלכע מען האט געלערנט במשך די לעצטע וואכן בהיכל הישיבה בריתחא דאורייתא.ארום 7.30 אריין געקומען צום תנאים טיש אינעם שאטער פארנט פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני יום טוב, געטיילט שריים פון קוגל און פריטליך, ביים זמן הדלקת הנרות האט מען אריין געברענגט די שבת’דיגע ליכט צו טיש.
תוכן דב"ק שולה"ט תנאים יום א’ דיו"ט: שטארק מאריך געווען איבער די ענין וואס חכז"ל זאגן אז אנכ"י איז די ר"ת אנא נפשי כתבית יהבית, אז די תורה איז געגעבן געווארן בבחינת כתב, האט דער רבי געזאגט אז געווענדליך וועט מען שרייבן א בריוו צו איינעם וואס געפינט זיך פונדערווייט, אבער איינעם פון דערנאנאט וועט מען נאר רעדן, נאר ווייל די בוכ"ע האט געזעהן די מצב ווי אידן וועלן זיך געפינען אין גלות בדור האחרון, האט די בוכ"ע געשריבן אנא נפשי כתבית יהבית, די באשעפער האט געשריבן די תורה ווי א בריוו פאר אלע דורות וואס וועט זיין ביז ביאת הגואל, אז מען זאל ארויס נעמען חיזוק אז אפילו מען פילט ביי זיך ווי ווייט מען איז פונעם בוכ"ע און אפילו מען געפינט זיך אין אזא חשכות הגלות, אפילו און די מצב האט די בוכ"ע געגעבן די תורה און מיט דעם קען מען זיך מחזק זיין און צוריק נאנט ווערן צום בוכ"ע.
נאך די תורה האבן די משוררים געזינגען די מקובל’דיג’ע ניגון אזי בשלישי, רבינו שליט"א האט מיטגעהאלטן פון א מחזור, דערנאך פארגעלייגט די תנאים, און מען האט געזינגן ובאו כולם, עליונים ששו, והאר ענינו, נאכן טיש געגאנגען אין די מקוה לכבוד שבת.
אום 9 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, הרה"ח ר’ יחזקאל גליק הי"ו האט פארגעדאווענט ביים עמוד, קבלת שבת און מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר’ אהרן הערש פריינד הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק’ וויליאמסבורג, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער גוט שבת גוט יו"ט זאגן.
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אריין מבקר חולה זיין הרה"ח ר’ משה פריעדמאן הי"ו משב"ק, און א לענגערע צייט פארציילט סיפורים ועובדות וואס רבינו הברך משה זי"ע האט געטון פארן רבי’ן זי"ע און די נישט געזונטע יארן ווען מען האט געדארפן אויספועלן ענינים וואס איז געווען לבריאות גופו הטהור, אזוי אויכט זכרונות פון די נסיעה פון רבין דער ברך משה צו די מקומות הקודושים אין אייראפא בשנת תשנ"ד, במיוחד האט דער רבי פארציילט די מעשה אז און די לעצטע יארן פון רבין זי"ע ווען ער האט געדארפט כסדר צו קומען צו די הילף פונעם איבער געגעבענען משב"ק ר’ עזריאל גליק ז"ל, איז איינמאל וועט ר’ עזריאל איז געווען כלוי בבית צוליב א שווערע רויז און דער רבי האט אים גאר וויכטיג געדארפט האט דער רבי געשיקט בעטן אז ער זאל מוחל זיין און קומען, פאר ער איז אוועקגעגאגנען האט דער רבי אים געפרעגט ווי די רויז איז, האט ער געוויזן אויפן פונקטליכן ארט אויף די פיס האט דער רבי אהין געלייגט די הייליגע האנט און אזוי געריבן די פלאץ פונעם רויז, און ווינדער איבער ווינדער ביז עטליכע שעה איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מכה. דערנאך האט דער רבי אנגעווינטזן אש שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא איז דאך מרומז אין די פרשה פון קבלת התורה אינעם פסוק משה ידבר והאלקים יענונו קול, און דער רבי הטא געבעטן פון ר’ משה זיך אבאכט געבן און אכטונג געבן אויף די בריאת נישט צו קומען אין ביהמ"ד צווישן עולם.
אויפן וועג אהיים האט דער רבי מוסיף געווען צו די תורה פון ליל א’ דשבועות, אז די בוכ"ע איז זיך מזמין צו מקבל זיין די תפילות פון א איד, ווער ער איז זיך מזמין צום בוכ"ע, האט דער רבי געזאגט אז אינעפ שיר פון אקדמות זעט מען די זעלבע זאך, ווי מען זאגט דארט, צבי וחמיד ורגיג דילאון בלעותא, און נאכדעם זאגט מען צלותהון בכן מקבל והנהו בעותא
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו טיש אום 12:15 אין אנגעהויבן שלום עליכם אין געזינגען רבון העולמים ביז מלך תמים דרכו כנהוג, מיט אשת חיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הב’ יוסף מאיר ראזענבערגער נ"י, הגבהת הכוס הרב מרדכי שטויבער שליט"א, מנהל בית רחל אנטווערפן
כל מקדש הרה"ח ר’ יואל קערנקרויט הי"ו פון לאנדאן, מנוחה ושמחה הרה"ח ר’ יואל יאזשעף הי"ו פון ירושלים
מיטן פיוט מכבד געווען הרה"ח ר’ יושע סאלינסקי הי"ו פון בני ברק.תוכן דב"ק שולה"ט ליל שב"ק ב’ דיו"ט: ביי די תורה האט דער רבי ארום גערעדט איבער די בחינה פון אדם כי ימות האהל אז אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה, אז לויט ווי א מענטש איז מבטל פון זיך די תאוות לויט דעם איז מען זוכה צו מקבל זיין די אור השם און מען קען מקבל זיין די תורה, האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע זעהן מיר ביי שבת וואס מען איז מבטל פון זיך די תאוות הגוף דורך שביתה ממלאכה, און טאקע דערפאר איז בשבת ניתנה תורה, דער רבי האט נאכגעזאגט די חתם סופר וואס זאגט אז יעדן טאג וואס א איד לערנט, ווערט די טאג א בחינה פון שבת, האט דער רבי געזאגט אז דאס איז די בחינה, ווייל ווען א איד געבט פון זיך אוועק און לערנט די תורה, איז עס די זעלבע בחנה ווי מען זעט ביי שבת.
קה אכסוף הרה"ח ר’ מאיר פריש הי"ו פון ירושלים, קה רבון הרה"ח ר’ ישראל אהרן פריעדמאן הי"ו פון בני ברק
לקל אשר שבת הרה"ח ר’ יואל משה אפטער הי"ו פון אנטווערפן, מיט ברכהמ"ז מכבד געווען הרה"ג ר’ מרדכי מעללער שליט"א דומ"ץ מאנטשעסטער, דערנאך פארטיילט פירות אין געטאנצען אז ביום, מען האט פארענדיגט דעם טיש ארום 2:30.וביום השבת שישו ושמחה כמקבלי מתן נחליאל, הכל מודים בשבת ניתנה תורה, שבת צופרי האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור וועלעכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם סדר קבלת התורה ללימוד שעות רצופות פארן דאווענען, בעת ווען אינעם בית שני קומט פאר די וועכנטליכע מנין לאמירת תהילים שב"ק פארן דאווענען.
אינמיטן סדר הלימוד איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט אויפן פלאץ און געזאגט תהילים, דערנאך אריין אין היכל ישראל דוב ווי עס איז פארגעקומען די חברת תהילים פון די תשב"ר.ארום 10 אזייגער אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אלס בעל תפילה צו פסוקי דזמרא האט געדינט הרב מרדכי שטויבער שליט"א מנהל בית רחל אנטווערפן, שחרית איז געווען מיטא געוואלדיגע התעוררות און דביקות, מהאט געזאגט מגילת רות ,און פארקויפט די עליות.
הוצאה והכנסה הרה"ג ר’ ישראל שלום מארקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה שאפראן, הרה"ח ר’ יוסף שמואל פאזען הי"ו פון מאנטריאל, כהן הרה"ג ר’ אהרן כ’‘ץ שליט"א מנהל רוחני ישיבתינו הק’ תורת משה מאנטריאל, לוי הרב שמעון מנשה וויינגארטן שליט"א, שלישי החתן בן הרה"ח ר’ עוזיאל פערלשטיין ע"ה, רביעי החתן בן הרה"ח ר’ שמעון דייטש הי"ו חבר הנהלת מבצר הישיבה קטנות, חמישי החתן בן הרה"ג ר’ יודא פירטה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק’, שישי כ"ק מרן רבינו שליט"א, שביעי החתן בן הרה"ח ר’ יוסף מאיר ראזענבערג הי"ו, הגבה הרה"ח ר’ יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו פון קרית יואל, גלילה בנש"ק הרב שמואל ישעי’ פריעדמאן הי"ו פון מאנסי, מפטיר הרה"ח ר’ ליפא פריעדמאן הי"ו פון בארא פארק וואס האט דערביי מנדב געווען דער סכום עצום לרכישת מחנה מוסדות סאטמאר ב"פ, הגבה הרה"ח ר’ רבינו איזרעל הי"ו פון אנטווערפן, גלילה הרה"ח ר’ יצחק משה קארנבלי הי"ו פון לאנדאן
דערנאך איז געווען יזכור, צו מוסף איז געגאנגען הגה"צ רבי יואל שליט"א.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויס אינעם שאטער אין קידוש מאכן ביי די שמחות.ארום 7:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צום כתיבה טיש, מען האט געזינגען ניגוני יום טוב, דער משמש הרה"ח ר’ זלמן לייב פעלדמאן הי"ו האט אנגעגאסן די כוס כנהוג, און דער רבי האט געוונטשן לחיים,
תוכן דב"ק שולה"ט כתובה יום ב’ דיו"ט: איבער די ענין אז די תורה איז א קנין נצחי און איז נישט בבחינת עבדות נאר ווי די פסוק זאגט וארשתיך לי לעולם, קבלת התורה איז א בחינה פון א אירוסין ונישואין כאיש ואשתו, די חילוק איז א עבד ווען ער גייט אוועק פוענם אדון איז ער אויס עבד, משא"כ א קשר בין איש לאשתו איז א קשר עולם נישט קיין חילוק ווי אין די וועלט ער גייט אוועק בלייבן זיין מקושר בעבותות אהבה איינס מיטן צווייטן, דער רבי האט געזאגט אז דאס איז די תורה מרמז ביי די קידושן פון יצחק ורבקה, אז אליעזר עבד אברהם האט מקדש געווען רבקה אמנו פאר יצחק האט ער איז געגעבן נזם זהב בקע משקלו ושני צמידים על ידיה עשרה זהב משקלם, וואס דאס איז מרמז אויף די 2 לוחות און אויף די עשרת הדברות, האט דער רבי געזאגט אז עס קען זיין אז דערפאר יום טוב זינגט מען ביי בפי ישרים תתרומם וואס האט די רמז פון יצחק ורבקה, צו ווייזן אז די קבלת התורה איז א ריכטיגע קשר אהבה ואחוה און גארנישט אויף די וועלט קען נישט איבער רייסן די קשר און אהבה וואס אידן האבן צום בוכ"ע און די אהבה וואס די בוכ"ע האט צו אידישע קינדער.
נאך די תורה האט דער רבי פארגעליינט די שטר כתובה בין ישראל לאבינו שבשמים און דערנאך האט מען געזינגען ובאו כולם, עליונים ששו, והאר עינינו,אין רבינו שליט"א האט פארטיילט פריטלעך כנהוג.
מען איז געגאנגען דאווענען מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר’ שרגא פאזען הי"ו, חבר הנהלת מוסדות קרית יואל, בעל קורא הרה"ח הישיש ר’ יחזקאל גליק הי"ו, פון קרית יואל, כהן מו"ה אביגדור ברוין הי"ו פון מאונט קיסקא, לוי מו"ה יואל קערנקרויט הי"ו פון לאנדאן, שלישי ר’ יחזקאל גליק הי"ו.
מה יפו פעמיך בנעלים בעת נעילת החג הקדוש, רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו של"ס, נאכן טיילן שיריים און געבן לחיים, געזינגען די זמירות לשל"ס, מיט אודה האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר’ שאול פערלשטיין הי"ו ראה"ק, שיר המעלות הרה"ח ר’ ישראל שמעי’ ראזנער הי"ו חבר הנהלת הקהלה.
תוכן דב"ק שולה"ט של"ס ונעילת החג: ארום גערעדט איבער די פסוקים פון מגילת רות, בתוך הדברים האט דער רבי געזאגט אז ווען מען שטייט נאך אזא גרויסע יום טוב איז דאך אוודאי אז יעדער איינעם האט געהאט ביי זיך מחשבות טהורות מיט קבלת טובות וואס מען וויל מקבל זיין אויף זיך, האט דער רבי געזאט אז לכאורה שטעלט זיך א קשיא וויאזוי קען מען מקבל זיין גרים, כלל ישראל איז א פאלק וואס אשר בחר בנו מכל העמים, די אייבשטער האט אונז אויסדערווילט פון אלע אומה"ע אויב אזוי וויאזוי קען קומען איינער וואס איז נישט פון כלל ישראל איז זיך אנשליסן צום עם הנבחר, האט דער רבי געזאגט אז מען זעט טאקע ביי קבלת התורה וואס הופיע מהר פארן ואתא מרבבות קודש, אז די בוכ"ע איז אריבער צו אלע אומה"ע צו געבן די תורה און זיי האבן עס נישט מקבל געווען, איז דאך אבער אוודאי געווען עטליכע פון די אומה"ע וואס האבן דאך יא געוואלט מקבל זיין די תורה און האבן געהאט א רצון דערצו, פון די רצון קומט שפעטער ארויס די נשמה פון די גרים וואס שליסן זיך אן צו כלל ישראל, האט דער רבי געזאגט איז על אחת כמה וכמה, זעט מען פון דא די גרויסע כח וואס די רצון פון א איד איז, איז אוודאי די אלע רצונות וואס יעדער איינער האט זיך מקבל געווען במשך דעם יום טוב וועט אוועק עולה זיין לרצון, און פועל זיין אז מען זאל עס קענען אויס פירן מכוח אל הפועל, און בזכות זה וועט מען זוכה זיין צו מיטנעמען די השפעת פונען יום טוב אויף א גאנץ יאר.
ידיד נפש הרה"ח הישיש ר’ יחזקאל גליק הי"ו, פון קרית יואל
נאך קל מסתתר האט מען געזינגען ניגיני יו"ט אין די ניגון אזי בשלישי, די רבי האט מכבד געווען הרה"ח ר’ אלימלך ווערצבערגער הי"ו צו פארזינגען מלך רחמן כנהוג, מ’האט געזינגען א לענגערע צייט מיט גרויס דביקות ושמחה זיך נישט קענען שיידן פון אזא געהויבענע יו"ט
אום 11:20 האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס אין געזאגט די שבע ברכות פאר החתן בן הרה"ח ר’ יוסף מאיר ראזענבערג הי"ו מיט די כלה בת הרה"ח ר’ מיכל וויינגארטן הי"ו, מנאמני בית כ"ק מרן רבינו שליט"א.מעריב האט געדאווענט פארן עמוד חדב"ן הרה"צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א ראה"כ.
דערנאך האט רבינו שליט"א מבדיל געווען על הכוס אין גאזאגו ויתן לך, אין דערנאך ארויס צו קידוש לבנה.
נאך קידוש לבנה האט מען אהיים באגלייט לביתו נאוה קודש בשירה ובזמרה דערנאך ארויס געקומען אויפן טעראסע פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן לכל הקהל הקודש א געזונטען זומער, און אויפגעפאדערט מען זאל נזהר זיין מיט קביעת עתים לתורה, צניעות, און מיט א קול חנוק בדמעות בקול חוצב להבות אש, האט דער רבי משמיע געווען דעתו הברורה צו שטיין ווייט פון די נייע טעכנאלאגישע נסיונות, בפרט וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען די עי. איי.נאכן באגלייטן האט רבינו שליט"א געזעגנט די אויסלענדישע געסט ביז ארום האלב פיר פארטאגס.
-
-
@אנונימי אני ועוד הרבה פה יודעים אידיש, אבל אולי תתרגם לעברית למי שלא יודע אידיש…
-
כ"ק מרן שליט"א בביקור בעבודות הבנייה של בניין בית רחל - בנין גולדברגר החדש בקרית יואל
-
שמחת בית משכנות הרועים, סאטמאר, תולדות אהרן,
ברכת מזל טוב לכ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א
לרגל השמחה השרויה במעון הקודש בשמחת השידוך שליסן אצל נכדו
הבה"ח אבררהם יצחק הי"ו
בן לחתדב"נ הרה"צ ר’ יוסף קאהן שליט"א
בן הגה"צ ר’ משה קאהן שליט"א ר"י תולדות אהרן
עב"ג נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
בת לחתנו הרה"צ ר’ אלעזר טיטלבוים שליט"א שמחת הווארט התקיים אתמול במעון הקודש של כ"ק האדמו"ר מסטמאר שליט"א בעוב"י וויליאמסבורג בהשתתפות כ"ק האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א השוהה בימים אלו בארה"ב לרגל שמחה במעון הקודש -
-
שמחת שבע ברכות בישיבה גדולה יטב לב דרבינו יואל מסאטמאר קוממיות לכבוד הרה"ג ר’ מאיר מאסקאוויטש שליט"א מראשי הישיבה וציון חמש שנים מאז ביסוס הישיבה בישוב קוממיות
-
דרשת התעוררות מהרה"צ רבי צבי מאיר זילבעבערג שליט"א אמש יום א’ שלח תשפ"ג בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג
-
-
אצל יציקת הבורות בישוב גרינוויל
יום א’ שלח -
כ"ק אדמו"ר שליט"א ישבות בקרית סאטמר בלייקווד, התפילות ועריכת השולחנות בבית המדרש הגדול דחסידי סאטמר, האכסניא בבית מנהל המוסדות.
-
קול רינה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב אל הוד כ״ק מרן רבינו שליט״א, לרגל השמחה במעון הקודש, באירוסי נכדו למזל טוב, הבחור החתן הרב יוסף מאיר בן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט’‘א חדב״ן ורב ביהמ״ד שכונת ליע גארדענס, בן הגה"צ אב"ד קרית רמ"א וחבר הבד"ץ העדה החרדית שליט"א, עב״ג הכלה בתש״ק בת הרה״ג ר’ יקותיאל טייטלבוים שליט’‘א ראה"כ מעורר השחר, בן הגה"צ רבי שמואל ז’‘ל (בן הרה"ח ר’ אהרן טייטלבוים ז"ל, וחתן הגה"צ ר’ יוסף ישראל זעגעלבוים זצ"ל אב"ד ווינא) וחתן הרה״ג ר’ יואל צבי שטיינמעטץ שליט’‘א ר"מ בישיבתינו הק’ (בן הרה"ח ר’ מנחם אהרן ז"ל, וחתן הגה"צ אב"ד פאיע זצ"ל).
שמחו בד’ וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב
-
הכתרת הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר ירושלים לעמוד בראש הקהילה והמוסדות בקהילת סאטמאר קרית יואל, המעמד התקיים במוצש"ק שבע ברכות לבתו בעיר קרית יואל.
-
שמחת קישור החיתון לבן ן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט’'א חדב״ן ורב ביהמ״ד שכונת ליע גארדענס.
-
שמחה גדולה עטפה את תושבי קרית יואל חסידי סאטמר כאשר שמחת השבת שבע ברכות לנכדת הרבי, בת לבנו בכורו הרה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים אב’'ד סאטמר ירושלים תקיימה בבית המדרש המרכזי של החסידות בקרית יואל.
בשונה מכל השמחות אשר מתקיימות בדרך כלל בבית המדרש המרכזי של חסידות סאטמר ברחוב ראדני בשכונת ויליאמסבורג בברוקלין שם מתפלל הסבא הרבי מסאטמר, הפעם השמחה התקיימה בקרית יואל.
הכנות התקיימו בשבוע האחרון בכדי להכשיר את המקום לשבת זו, כאשר ג’‘כ סידרו מקומות הכנסת אורחים למאות האורחים הגרים בחוצות קרית יואל ע’'מ שגם הם יוכלו להשתתף בשבת השבע ברכות ההיסטורית בקרית יואל.
התפילות והטישים התקיימו בביהמ’‘ד הגדול בעיר, בעת צאת השבת בסעודת רעווא דרעוין כאשר המוני החסידים היו במקום כובד הרה"ח ר’ יעקב מנחם דייטש חבר הנהלת הקהילה לשאת דברים, בדבריו הזכיר בהתרגשות את השבת הראשונה בשנת תשס’‘ד כאשר הרבי שבת בויליאמסבורג אחרי פטירת אביו הרבי ה’ברך משה’ זצ’‘ל, ואמר כי שבת זו נכנסת להמשך ההיסטוריה בסאטמר, כאשר הודיע לבני הקהילה ואלפי המשתתפים, כי קרית יואל לובשת חג כאשר בנו בכורו של הרבי אבי הכלה הגה’‘צ רבי חיים צבי טייטלבוים מי ששימש עד כה כרבה של הקהילה בירושלים, יקבל מעתה בנוסף לרבנות בירושלים, את עול הרבנות בקרית יואל בברכתו ובעידודו של אביו האדמו’'ר ובזה יהיה גם לבני קרית יואל איש על העדה שינהיג את העיר.
כמו כן הוסיף כי האדמו’'ר כבר הודיע בשבע ברכות ביום חמישי שהתקיימה במיוחד לאורחים בני הקהילה של ירושלים שהגיעו להשתתף בשמחה, כי זה יהיה בבחינת על מה שכתוב ‘עתידה ירושלים שתתרחב בכל העולם’.
לאחר מכן נאם הרבי דברי ברכה קצרים שאמר כי זה יוסיף לקרית יואל שהולכת וגדלה באופן מופלא עד עכשיו, לאחר מכן נאם הגה’'צ רבי חיים הערש טייטלבוים בהתגרשות ואמר כי הוא מקבל עליו את שליחות אביו לשמש כרב הקהילה ויחד עם אלפי תלמידי סאטמר המתגוררים בקרית יואל תלמידי אביו שהרע תלמידים הם כבנים. ובמיוחד הנהלת המוסדות שגם הם שלוחים של אביו, ויחד יצטרף אליהם ויחד ימלאו רצון אביו הרבי ובסיעתא דשמיא בירך את כל המשתפים.
לאחר מכן הרבי ובנו פצחו בריקוד על הניגון הקפה שישית בסאטמר, וכך במשך דקות ארוכות כאשר כל הקהל נסחף לשירה.
בהמשך הודיעו בשם הנהלת הקהילה כי כבר בשבועות אלו של עמי הקיץ יגיע הרה"צ לקרית יואל לשמש ברבנות, ויקבל את כל החסידים במשך השבוע לעצה וברכה בזמני קבלת הקהל המיוחדים, וכן ישהה שם בשבתות הקרובים ויערוך את התפילות והבאטעס בראשותו בבתי המדרש של החסידות בקרית יואל.
-