מהנעשה ונשמע בחצר הקודש דינוב
-
מהנעשה ונשמע בחצר הקודש דינוב
-
שבת קודש פרשת אחרי קדושים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
ליל שב"ק:
אום 8:00 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה, מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן מו"ה יעקב וואלב שווארץ הי"ו, נאכ’ן דאווענען איז דער עולם אריבער גוט שבת זאגען.עריכת שלחן הטהור:
אום 11:25 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו מעוטף בטליתו לערוך שלחנו הטהור, און אנגעהויבן שלום עליכם און ממשיך געווען מיט די זמירות, פאר קידוש האט מו"ה יצחק בלייער הי"ו אויפגעהויבען דעם כוס, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען, און אויך געגעסן מצה כנהוג, טועם געווען פון די מאכלי שבת און געטיילט שריים, ביי אמירת לחיים האט רבינו שליט"א פארציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הרה"ק רבי ירחמיאל מפשיסחא זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת, און במשך’ן טיש פון זקינו הרה"ק מקאמארנא זי"ע און פון זקינו הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
נאך די פלייש רבינו שליט"א געזינגען ‘כל מקדש’, און נאך די מאכלים האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט מה ידידות, הרב משה גדלי’ פאלאטשעק הי"ו, נאך די דברי תורה האט רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיט קה אכסוף, הרב משה שווארץ שליט"א, מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, נאכ’ן בענטשען האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט לקל אשר שבת מו"ה הערשל אלבוים הי"ו, געטיילט פירות און געטאנצען רננו צדיקים כנהוג.ביום השבת קודש:
שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אום 9:30, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען כמידי שבוע הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, מיט תפילת שחרית איז נתכבד געווארן הרב ישראל יוסף לאבין שליט"א, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: הב’ ברוך מרדכי הכהן פריעד ני"ו, מו"ה אלעזר הלוי שטיינבערג הי"ו, הרב אלעזר קליין שליט"א, מו"ה דוד פריעדמאן הי"ו, מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען שישי, הב’ שלמה געלב ני"ו, אחרון, הרב ליבוש ראבינאוויטש שליט"א, מפטיר, מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, הגבה, מו"ה פנחס ערפס הי"ו, גלילה, הב’ ישי הירשפעלד ני"ו.
מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן מו"ה יואל סופר הי"ו.שיעור הלכה:
נאכמיטאג בשעה 6:40 האט הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א פארגעלערנט א שיעור הלכה, אינמיטן די שיעור איז רבינו שליט"א ערשינען אין בית מדרש.מנחה ושל"ס:
נאך די דרשה האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען די גבאי מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה אברהם ישראל אלטר הכהן כ"ץ הי"ו, מו"ה יצחק מנחם הלוי שטיינבערג הי"ו, מו"ה פנחס קופערשטיין הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און גלילה מו"ה יהוסף שווארץ הי"ו גבאי וועד קביעת עתים בבית מדרשינו.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשען צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים און געגעסן מצה כנהוג, רבינו שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה, נאך די דברי תורה האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: יום שבתון, הרב דוד הורוויץ שליט"א, דרור יקרא, מו"ה אלי’ לייב ראזנבערג הי"ו, שבת היום, מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, ויאתיו, מו"ה ישראל יעקב פרענקל הי"ו, רבינו שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה אלי’ לייב ראזנבערג הי"ו, און רבינו שליט"א געציילט ספירת העומר, דער עולם איז אריבער און רבינו שליט"א האט געווינטשען א גוטע וואך.
דערנאך האט רבינו שליט"א געלערענט משניות מיט א מנין לע"נ ידידינו הבלתי נשכח הרה"ח רבי יצחק ראזנבערג ז"ל מראשי קהלתינו הק’ ופטרון בנין בית מדרשינו הג’, לרגל די יארצייט בו ביום.
רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און געגעבן די וועכענטליכע שמועס פאר די חשוב’ע בחורים. -
לימוד משניות לע"נ רבי יצחק ראזנבערג ז"ל
-
מאנטאג אמור:
נאך תפילת שחרית זענען אריין לקו"פ צו מרן רבינו שליט"א חברי הנהלת כולל שומרי החומות לקראת די דינער השנתי אין וומ"ס דעם דאנערשטאג, ווי מען האט ארומגערעדט בעניני צדקות רבי מאר בעל הנס. -
דינסטאג אמור:
אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט מרן רבינו שליט"א געלייגט תפילין פאר הב’ הבר מצוה ני"ו בן מו"ה יקותיאל גליק הי"ו, בשעת’ן פארזאגען לשם יחוד האט רבינו שליט"א געגעבן הדרכות פאר’ן בר מצוה בחור בעניני תפילין ויראת שמים, נאכ’ן דאווענען האט רבינו שליט"א געטרינקען לחיים און געווינטשען פאר די בר מצוה בחור. -
דאנערשטאג אמור:
פארנאכטס זענען אריין לקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א תלמידי ישיבת ‘תפארת ישראל וויזניץ ב"פ’ אינאיינעם מיט זייער מגי"ש הרב ישראל בערקאוויטש הי"ו, און רבינו שליט"א האט געגעבן הדרכות ישרות פאר די חשובע בחורים בעניני תורה ותפילה ויראת שמים. -
תלמידי ישיבת תפארת ישראל וויזניץ בקו"פ
-
נייעס און באריכטען פון קהלתינו הק’
שַׁאֲלִי שְׂרוּפָה בָּאֵשׁ. כי אַתָּה ה’ בָּאֵשׁ הִצַּתָּהּ.
א שרעקליכע שריפה האט אויסגעבראכן מוצאי שבת אח"ק שפעט ביינאכט אין די בית המדרש דקהלתינו בעיר בארא פארק, אין וועלכע ס’איז ליידער צווישן אנדערע אויך חרוב געווארן פילע ספרי קודש ומזוזת רח"ל.
די פייער האט זיך אהנגעהויבן מוצאי שבת שפעט ביינאכט בערך אום 2:00 אינעם היכל בית המדרש, און דער גאנצער בית המדרש האט אפגעברענט. און געמאכט גרויסע שאדן צום גאנצן בנין, אז א גרויס חלק פונעם דאך אינעם היכל ביהמ"ד איז איינגעפאלן. ווי אויך האט דער בנין ביהמ"ד ספינקא הסמוכה לה געליטן שווערע שאדענ’ס. ב"ה מען האט מיט גרויס סייעתא דשמיא ארויסגעראטעוועט די הייליגע ספרי תורה.עַד אֶמְצָא מָקוֹם לה’ מִשְׁכָּנוֹת לַאֲבִיר יַעֲקֹב.
אין די קימענדיגע טעג זענען געזעצען די הנהלת הקהילה והנהלת הבית המדרש אין בארא פארק צו זוכן א פלאץ ווי צו אקאמאדירן דעם ביהמ"ד. ווי ב"ה מען האט געטראפען א פלאץ ווי צו צייטווייליג מסדר זיין די בית מדרש שוין אויף די וואך שבת הבעל"ט.
כ"ק רבינו שליט"א איז גלייך אינפארמירט געווארן פון די בשורה לא טובה, און אפהאלטן א טעלעפאנישע שמועס מיט בנו הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, כדת מה לעשות איבער די ביטערע פאסירונג און דעם חובת השעה בנוגע די פילע ספרי קודש וועלכע זענען געשעדיגט געווארן ה"י.ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
-
בילדער פון די שרעקליכע שריפה
-
לחיים בישיבתנו הק’ לרגל די יארצייט פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע
בראשות הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א
-
שמן למאור פרשת אמור - דרוקט דא
-
-
-
דאנערשטאג אמור:
ביינאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום זאל פון עטרת אברהם צום דינער לטובת כולל שומרי החומות ווי רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן דורך די הנהלת הכולל, און מפאר געווען בראש המעמד, און זיך באגריסט מיט הרבנים הגאוה"צ שליט"א נשיאי הכולל. -
כולל שומרי החומות
-
פרייטאג אמור - פסח שני:
מיטאג צייט האט מרן רבינו שליט"א זיך געוואשען צום סעודת פסח שני כנהוג, און געגעסן מצה ומרור כנהוג. -
שבת קודש פרשת אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א - באריכט
ליל שב"ק:
אום 8:10 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה, מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרב חיים אברהם זילבער שליט"א, נאכ’ן דאווענען איז דער עולם אריבער גוט שבת זאגען.עריכת שלחן הטהור:
אום 11:40 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו מעוטף בטליתו לערוך שלחנו הטהור, און אנגעהויבן שלום עליכם און ממשיך געווען מיט די זמירות, פאר קידוש האט הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א אויפגעהויבען דעם כוס, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען, און אויך געגעסן מצה כנהוג, טועם געווען פון די מאכלי שבת און געטיילט שריים, ביי אמירת לחיים האט רבינו שליט"א פארציילט סיפורים פון הרה"ק ממאגלניצא זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת, און במשך’ן טיש פון הגה"ק בעל נודע ביהודה זי"ע און פון הגה"ק הרמ"א זי"ע.
נאך די פלייש האט רבינו שליט"א געזינגען ‘כל מקדש’, און נאך די מאכלים האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט מה ידידות, הרב יהודה ווייס שליט"א, נאך די דברי תורה האט רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיט קה אכסוף, הגה"צ אדמו"ר מלינסק נדבורנא שליט"א, מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, נאכ’ן בענטשען האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט לקל אשר שבת מו"ה אהרן גרויס הי"ו, געטיילט פירות און געטאנצען רננו צדיקים כנהוג.ביום השבת קודש:
שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אום 9:30, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען כמידי שבוע הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, מיט תפילת שחרית איז נתכבד געווארן הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: הב’ ישראל הכהן קאהן ני"ו, מו"ה שלמה יואל הלוי שטיינבערג הי"ו, הרב לוי יצחק סופר שליט"א, מו"ה מרדכי הערש שפיטצער הי"ו, מו"ה אפרים מנחם בערקאוויטש הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען שישי, הרב ברוך מרדכי פעקעטע הי"ו, אחרון, מו"ה יואל בלום הי"ו, מפטיר, הרב שלום מאיר קרויס שליט"א מראצפערט, הגבה, מו"ה חיים אברהם קאהן הי"ו, גלילה, הב’ מנחם מענדל שטיינבערג ני"ו.
מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן מו"ה אפרים מנחם בערקאוויטש הי"ו.שיעור הלכה:
נאכמיטאג בשעה 6:50 האט הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א פארגעלערנט א שיעור הלכה, אינמיטן די שיעור איז רבינו שליט"א ערשינען אין בית מדרש.מנחה ושל"ס:
נאך די דרשה האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב שמעון פראטווין הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה יעקב יודא הכהן גליק הי"ו, הב’ שמואל הלוי שטיינבערג ני"ו, מו"ה וואלף דייטש הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און גלילה מו"ה יואל לוי יצחק לאנדא הי"ו.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשען צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים און געגעסן מצה כנהוג, רבינו שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה, נאך די דברי תורה האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: יום שבתון, הרב יעקב יחזקיא וועבער שליט"א, דרור יקרא, מו"ה יעקב בן ציון האניג הי"ו, שבת היום, מו"ה אלעזר מויזקאפ הי"ו, ויאתיו, מו"ה יעקב הארטמאן הי"ו, רבינו שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב שמעון פראטווין הי"ו, און רבינו שליט"א געציילט ספירת העומר, דער עולם איז אריבער און רבינו שליט"א האט געווינטשען א גוטע וואך.
רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און געגעבן די וועכענטליכע שמועס פאר די חשוב’ע בחורים. -
זונטאג בהר בחקתי:
נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א ארויסגעפארן קיין בארא פארק צום שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל מו"ה יואל אלימלך ראזנפעלד הי"ו, בעל קורא קבוע בבית מדרשינו בארא פארק, רבינו שליט"א האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז פארגעקומען די ברית ווי רבינו שליט"א האט געדינט אלץ מוהל אוןן געזאגט די ברכות וקריאת השם, ביים סעודה האט רבינו שליט"א זיך משתתף געווען און געטרינקען לחיים, און משמיע געווען דברות קודש. -
ברית לבן מו"ה יואל אלימלך ראזענפעלד הי"ו:
-
מאנטאג בהר בחקתי:
נאכמיטאג האט מרן רבינו שליט"א מנחם אבל געווען מו"ה שמחה פריעדמאן הי"ו ומשפחת פראנצויז היושבים ע"פ אחותו/אמם.