סיכום ימי הפסח תשפ"ג בחצה"ק דינוב
-
דינסטאג בדיקת חמץ
פאר מעריב האט מרן רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג פון שעפן מים שלנו לקראת אפית מצות של מצוה, און געטאנצען ושאבתם מים בששון, דערנאך איז פארגעקומען די מעמד לחיים בבית מדרשינו הגדול וואו רבינו שליט"א האט אנגעווינטשען א כשר’ן פסח פאר’ן גאנצען ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצען, דערנאך האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך תפילת מעריב האט רבינו שליט"א געשטעלט שליחים פאר בדיקת חמץ, און געמאכט די ברכה על ביעור חמץ, און בטירחא דגופא בודק חמץ געווען דעם גאנצן הויז, ביים ענדיגן האט רבינו שליט"א געזאגט כל חמירא מיט גרויס התעוררות.לחיים אחר מים שלנו
בדיקת חמץ
מיטוואך ערב יו"ט
נאך שחרית איז מרן רבינו שליט"א געגאנגען צו שריפת חמץ, און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב כנהוג, צוגעווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, און געזאגט כל חמירא מיט די יהי רצון בהתעוררות, געזאגט כל חמירא און די יהי רצון, און דערנאך געזינגען די ניגון וכל קרני רשעים אגדע, דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט א עירוב תבשילין.
נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית אופה דקהלתינו לאפיית מצות מצוה בבגדי שבת, און רבינו שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט, און זיך געוואשן די הענט, איינגעקנעטן א טייג, דערנאך האט רבינו שליט"א אינאיינעם מיט’ן ציבור געזאגט הלל מיט גרויס התעוררות, דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די מלאכת האפי’ ביי די אויווען, און אהיימגענימען די מצות מצוה לביתו נאוה קודש.שריפת חמץ
עירוב תבשילין
אפיית מצות מצוה
ימים הראשונים של יום טוב פסח בצל הקודש פון כ’‘ק מרן רבינו שליט’'א
ליל יו"ט
ליל יום טוב הראשון אום 7:55 איז מרן רבינו אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צום דאווענען מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה ומעריב כנהוג, נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח, דערנאך האט הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן בדברי הכנה לליל הסדר.
נאך תפילת מעריב האט רבינו שליט"א אנגעהויבן הלל מיט א גרויס דביקות, און מען האט געזינגען די קדיש תתקבל כנהוג, נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זיך וואונטשן בברכת יום טוב.עריכת הסדר
רבינו שליט"א האט געפראוועט עבודתו בקודש פון די סדר בביתו נאוה קודש מעוטף בטלית און קיטל מעוטר בכסף, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט בניו ונכדיו שליט"א אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים, רבינו שליט"א האט ביים אריינקומען זיכער געמאכט אז יעדער האט וואו צו זיצן און איז מסודר מיט די מצות וסמנים.
רבינו שליט"א האט אויסגערופן די סמנים בניגון הידוע מרבותה"ק זי"ע, און מקדש געווען על הכוס, דערנאך האבן די מסובין געמאכן קידוש, אלע קינדער אייניקלעך האבן געפרעגט באזונדער די פיר קשיות רבינו שליט"א האט פארגעזאגט דעם נוסח הגדה, און משמיע געווען דברי תורה במשך די הגדה כמה פעמים, רבינו שליט"א האט מקיים געווען די מצוות אכילת מצה ומרור ברגש קודש מעוטף מיטן טלית אויפן קאפ און מאריך געווען שלחנו הטהור און געטיילט שריים פון די מאכלי יו"ט, רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו וכוס רביעי און געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעוררות. און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל ונשמת בניגונים המקובל.
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה, כי לו נאה וואו מען האט זיך אויפגעשטעלט און א טאנץ, אדיר הוא, דערנאך האט מען געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא און רבינו שליט"א האט געזאגט שיר השירים.יום טוב
דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו צום דאווענען אום 10:15, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען די גבאי מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה כנהוג,
רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, און הוצאה והכנסה אופן צווייטן ספר איז נתכבד געווארן מו"ה יואל וואלטער הי"ו.
מיט די פארקויפטע עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה נפתלי הכהן הארטשטיין הי"ו, הב’ מנחם מענדל הלוי שטיינבערג הי"ו, מו"ה חיים יעקב דייטש הי"ו, מו"ה אברהם פרענקל הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען חמישי, הגבה, נכד רבינו הרב ישראל משה רובין שליט"א, גלילה, הב’ יעקב יצחק ראזנבערג ני"ו, מפטיר, מו"ה אליעזר זוסיא ראזנבערג הי"ו, הגבה, הב’ אברהם ראזנבערג ני"ו, גלילה, נכד רבינו הב’ אשר לייב ראבינאוויטש ני"ו.
מיט’ן זמר י-ה אלי איז נתכבד געווארן מו"ה יושע ראזנבערג הי"ו.
מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מוסף וטל, פאר שמו"ע האט רבינו שליט"א אויסגערופען משיב הרוח ומוריד הטל, מיט פתיחה צו טל איז נתכבד געווארן מו"ה יואל יעקב ראזנבערג הי"ו, רבינו שליט"א האט אנגעהויבן די הויכע שמו"ע בניסוח המקובל, צו קוה איז צוגעגאנגען מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו.
נאך מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה די בעל תפילה איז געווען מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו.
נאכמיטאג אום 8:05 האט הגה"צ אדמו"ר מצאנז סטראפקוב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה בעניני דיומא, אינמיטן די דרשה איז רבינו שליט"א ערשינען אין בית מדרש.יום ב’ דפסח
ליל יו"ט
ביים זמן האט מען זיך געשטעלט מעריב צום עמוד איז צוגעגאנגען הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה צי הלל מיט א גרויס דביקות, און מען האט געזינגען די קדיש תתקבל כנהוג, און רבינו שליט"א האט געציילט ספירת העומר מיט גרויס התעוררות, נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זיך וואונטשן בברכת יום טוב.עריכת הסדר
רבינו שליט"א האט געפראוועט עבודתו בקודש פון די סדר בביתו נאוה קודש מעוטף בטליתו, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה.
מען האט געזינגען די פיוטים פון ואמרתם זבח פסח, כי לו נאה וואו מען האט זיך אויפגעשטעלט און א טאנץ, אדיר הוא, דערנאך האט מען געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא, און רבינו שליט"א האט געזאגט שיר השירים.
דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו צום דאווענען אום 10:15, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען די גבאי מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו, מיט תפילת שחרית איז נתכבד געווארן הרב משה רפאל הורוויץ שליט"א, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה כנהוג און פתיחה.
מיט די פארקויפטע עליות זענען נתכבד געווארן: הב’ יוסף ברוך הכהן וויינשטאק הי"ו, הרב ראובן חיים הלוי שטיינבערג שליט"א, מו"ה מרדכי זילבערשטיין הי"ו, מו"ה ישראל יעקב פרענקל הי"ו, הב’ חיים מיכאל ני"ו ב"ר יואל יעקב ראזנבערג הי"ו, מפטיר, הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, הגבה, נכד רבינו הרב יוסף אהרן האלבערשטאם שליט"א, גלילה, נכד רבינו הב’ אלטר זאב ראבינאוויטש ני"ו.
מיט’ן זמר י-ה אלי איז נתכבד געווארן מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרב לוי יצחק סופר שליט"א ראה"כ.שבת קודש חוה’‘מ פסח בצל הקודש פון כ’‘ק מרן רבינו שליט’'א
ליל שב"ק
אום 7:55 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און מכבד געווען הרב שמעון פראטווין הי"ו צו דאווענען לפני התיבה, מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרב שמחה שליט"א ראה"כ, נאכ’ן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת.
רבינו שליט"א האט געפראוועט דעם שלחן הטהור בביתו נאוה קודש.ביום השבת קודש
שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אום 9:45, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען די גבאי מו"ה אברהם יוסף קליין הי"ו, מיט תפילת שחרית איז נתכבד געווארן מו"ה אפרים מנחם בערקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה נפתלי הירצקא הכהן הארטשטיין הי"ו, הרב נתן הלוי טייטלבוים ני"ו, הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א, מו"ה ישעי אלי’ קויפמאן הי"ו, מו"ה ליפא אקערמאן הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען שישי, מו"ה יוסף מנחם דייטש הי"ו, אחרון, מו"ה אברהם בראך הי"ו, הגבה, מו"ה מנחם יודא יאקאבאוויטש הי"ו, גלילה, הב’ ארי’ הארטשטיין ני"ו, מפטיר, מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, הגבה, מו"ה שמואל מרדכי פאלקאוויטש הי"ו, גלילה, הב’ חנני’ דוב סופר ני"ו.
מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו.שיעור הלכה
נאכמיטאג בשעה 6:15 האט הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א פארגעלערנט א שיעור הלכה, אינמיטן די שיעור איז רבינו שליט"א ערשינען אין בית מדרש.מנחה ושל"ס
נאך די דרשה האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה מנחם געלב הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה, מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה יושע העשיל ברוך הכהן דרעזנער הי"ו, מו"ה יעקב הלוי שטיינבערג הי"ו, הרב ישראל משה רובין הי"ו, רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און גלילה מו"ה שלום פרנס הי"ו.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשען צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, רבינו שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה, נאך די דברי תורה האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות: יום שבתון, הגה"צ אבד"ק שמלוי שליט"א, דרור יקרא, מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, שבת היום, הרב אפרים פרידמאן הי"ו, ויאתיו, מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, רבינו שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
גלייך דערנאך האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב, געדאווענט פאר’ן עמוד האט מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו און מען האט געציילט ספירת העומר, דער עולם איז אריבער און רבינו שליט"א האט געווינטשען א גוטע וואך.
רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און געגעבן די שמועס פאר די חשוב’ע בחורים.זונטאג יום ב’ דחוה"מ
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין בית מדרשנו הג’, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב שמחה שליט"א ראה"כ, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה,
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן, מו"ה יושע הכהן דרעזנער הי"ו, הב’ יושע העשיל ני"ו ב"ר אלעזר יודא הלוי דייטש הי"ו, הרב יחזקאל מאיר טענענבוים הי"ו, הגבה, הרב יחזקאל פריעדמאן הי"ו, גלילה, הבה"ח יצחק משה האלבערשטאם ני"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי, הגבה, מו"ה מאיר בער גליק הי"ו, גלילה, הב’ יצחק עסטרייכער ני"ו,
נאכ’ן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד לחיים לכבוד יו"ט, און רבינו שליט"א האט ארומגערעדט סיפורים וענינים פונ’ם יום טוב.
נאכמיטאג בשעה 7:45 האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בבית מדרשינו, נאך מנחה האט הרה"ג יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א מגיד מישרים געגעבן א דרשה לכבוד חול המועד, און ארומגערעדט בעניני פסח ואמונה, נאך די דרשה האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב און געציילט ספירת העומר.מאנטאג יום ג’ דחוה"מ
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין בית מדרשנו הג’, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב שמחה שליט"א ראה"כ, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה,
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן, מו"ה פנחס הכהן געלב הי"ו, מו"ה ישעי הלוי שווארץ הי"ו, הבה"ח יצחק משה האלבערשטאם ני"ו, הגבה, הרב יצחק ליפשיץ שליט"א, גלילה, הב’ שלמה געלב ני"ו, מרן רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי, הגבה, הרב יעקב געלב הי"ו, גלילה, הב’ אברהם יאקאבאוויטש ני"ו, מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרב יצחק ליפשיץ שליט"א.
נאכ’ן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד לחיים לכבוד יו"ט, און רבינו שליט"א האט ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הרה"ק רבי שלמה לייב מלענטשנא זי"ע לרגל די יארצייט.
נאכמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקו’‘פ הרב נתנאל רבינאוו שליט"א רב דבית מדרש צעירי חיים ושלום קווינס נ.י., עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער מנהגי יהדות בוכארי, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך נענען אריין לקודש פנימה תלמידי מוסדות למען אחי מיט די נשיא הרב שמואל זלמן קליינמאן שליט"א, און רבינו שליט"א האט געגעבן א שמועס פאר די תלמידים און מאציל געווען מברכות קדשו.
שפעטער בשעה 7:45 האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בבית מדרשינו, נאך מנחה האט הרה"ג דוד וועבער שליט"א מגיד מישרים געגעבן א דרשה לכבוד חול המועד, און ארומגערעדט בעניני פסח ואמונה, נאך די דרשה האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב און געציילט ספירת העומר.
ביינאכט איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש און מאריך געווען בשולחנו הטהור, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען און טועם געווען פון די מאכלי יו"ט און געטיילט שריים, און מכבד געווען הרה"ג רבי מרדכי שמעי פאלאק שליט"א מנה"ר דישיבתנו הק’ מיט’ן זמר אדיר הוא, און הרה"ח הערשל עהרנפעלד הי"ו מיט כי לו נאה, און מו"ה ישראל מאיר ראזענבערג הי"ו מיט בצאת ישראל, רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק באבוב מאנסי שליט"א מיט ברכת המזון.דינסטאג ד’ דחוה"מ
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרב שמחה שליט"א ראה"כ, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה,
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן, מו"ה יעקב בן ציון האניג הי"ו, מו"ה יצחק ראזנבערג הי"ו, הרבשביעי של פסח
ליל יו"ט אום 8:00 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו הג’ מעוטף בטליתו און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה און מעריב, מען האט געזינגען ביי המעביר בניו - מי כמוך און ביי קדיש תתקבל כנהוג, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער ווינטשען בברכת יום טוב.עריכת השלחן - שירת הים
אום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו הג’ צו עריכת שלחן הטהור, רבינו שליט"א האט געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא עילאה פון יו"ט און געמאכט קידוש, זיך געוואשען און טועם געווען פון די מאכלי יו"ט, במשך’ן טיש האט רבינו שליט"א פארציילט עובדות וסיפורים פון זקינו רביה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע און פון הרה"ק בעל מלבוש לשבת ויו"ט מזידיטשוב זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום, רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש אויף די שירת הים, דערנאך מכבד געווען הרה"ג יודא מרדכי דייטש שליט"א מנהל דישיבה קטנה מיט די פיוט ויושע השם, און הרב יוסף ברוך יאזעפאוויטש שליט"א אבד"ק צלותא דשלמה מיט כי לו נאה, און הגה"צ אבד"ק בראשוב שליט"א מיט אתה בחרתנו, מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען מחתנו הגה"צ אדמו"ר מצאנז קרעניץ שליט"א.
נאכ’ן בענטשען האט רבינו שליט"א געטיילט פירות, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות, ואתו עמו דער ציבור א לענגערע צייט.יום שביעי של פסח
יו"ט אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו הג’ צום דאווענען אום 9:45, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרב שמחה שליט"א, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די שירת הים מיט גרויס התעוררות, און מען האט געזינגען צווישען די פסוקים כנהוג, צו תפילת שחרית און יוצר איז צוגעגאנגען הגה"צ דומ"ץ ור"מ שליט"א, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה כנהוג, און געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה אופן צווייטן ספר איז נתכבד געווארן מו"ה משה זילבערשטיין הי"ו.
מיט די פארקויפטע עליות זענען נתכבד געווארן: מו"ה יושע העשיל הכהן דרעזנער הי"ו, הב’ יחזקאל ב"ר ראובן חיים הלוי שטיינבערג שליט"א, מו"ה יואל וואלטער הי"ו, מו"ה ישראל מאיר ראזנבערג הי"ו, רבינו שליט"א האט עולה געווען חמישי, הגבה, נכד רבינו הרב יקותיאל יהודה לאבין שליט"א, גלילה, נכד רבינו הב’ משה ארי’ ראבינאוויטש ני"ו, מפטיר מו"ה שמעון פראטווין הי"ו, הגבה, הבה"ח יצחק משה האלבערשטאם ני"ו, גלילה, נכד רבינו הב’ נתן דוד טייטלבוים ני"ו,
מיט’ן זמר י-ה אלי איז נתכבד געווארן מו"ה שלמה שטיינבערג הי"ו, מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הגה"צ רבי ישראל טייטלבוים שליט"א חדב"ן, נאך מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה כנהוג.אחרון של פסח
ליל יו"ט נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרב הערשל פעקעטע שליט"א מהעלמעץ מיט א שיינע דרשה מעניני דיומא.
רבינו שליט"א האט מכבד געווען בנו הגה"צ רבי זלמן יוסף שליט"א צו דאווענען מעריב לפני התיבה, מען האט געזינגען ביי המעביר בניו, מי כמוך און ביי קדיש תתקבל כנהוג, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער ווינטשען בברכת גוט שבת יום טוב.יום אחרון של פסח
יו"ט אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרשינו הג’ צום דאווענען אום 9:45, און געזאגט די ברכות לפני התיבה, צו הודו ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מו"ה יואל ווייס הי"ו, צו תפילת שחרית און יוצר איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי בן ציון שליט"א, צו הלל האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה כנהוג און געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה אופן צווייטן ספר איז נתכבד געווארן מו"ה יודל שערהאפער הי"ו.
מיט די פארקויפטע עליות זענען נתכבד געווארן: הב’ מרדכי לייב הכהן וויינשטאק ני"ו, מו"ה שלמה הלוי שטיינבערג הי"ו, מו"ה אברהם שמואל בנימין סופר הי"ו, מו"ה שלמה שניאור זלמן מאשקאוויטש הי"ו משמש, מו"ה יעקב געלב הי"ו, הגבה, נכד רבינו הרב ליבוש ראבינאוויטש שליט"א, גלילה, הב’ אליהו ראזנבערג ני"ו, הגבה, נכד רבינו הרב שלמה רפאל ראבינאוויטש שליט"א, גלילה, הב’ אברהם ברוך לעבאוויטש ני"ו.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מוסף לרגל הילולת הרבנית הצ’ ע"ה - מחברתו הטהורה של רביה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע.
נאכען דאווענען איז פארגעקומען א קידוש לכבוד די יארצייט פון הרבנית ע"ה מחברתו הטהורה של רביה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע, רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט, און טועם געווען פון די מצה קניידלעך און געטיילט שיריים פאר’ן ציבור.
נאכ’ן קידוש האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה כנהוג.נעילת החג
נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו נעילת החג, רבינו שליט"א האט זיך געוואשען, און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, רבינו שליט"א האט מכבד געווען הגה"צ אדמו"ר מצאנז סטראפקוב שליט"א צו זינגען כי לו נאה, און הרב יוסף טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבתנו הק’ צו זינגען בצאת ישראל, און הרב אלעזר מענדל פילאפ שליט"א צו זינגען והשיאנו, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.
מען האט געזינגען ווארימע נגונים לכבוד היום פאר א לענגערע וויילע, און רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען מיט גרויס דביקות מיט’ן גאנצע ציבור פאר א לענגערע צייט אופ’ן ניגון חסל סידור פסח, נאך א לענגערע וויילע האט רבינו שליט"א פארגעזאגט דריי מאל ‘לשנה הבאה בירושלים’, און מכבד געווען בנו הגה"צ רבי זלמן יוסף שליט"א מיט ברכת המזון.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה אברהם יודא ראזנבערג הי"ו, און רבינו שליט"א האט געציילט ספירת העומר, דער עולם איז אריבער און געווינטשען א גוטע וואך און א גוטן זומער.
דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט הבדלה, נאך הבדלה האט רבינו שליט"א ווי יעדען מוצאי יו"ט געהייסן די בחרים צי לערנען תיכף א בלאט גמרא און געגעבען די וועכנטליכע שמועס פאר די חשובע בחורים.נעילת החג