מהר"א ב"ב (הגרח"צ מייזליש)
חַסְדֵי ה’ כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו
מעמד המרומם כ"א כסלו תשפ"ב יום ההצלה של רבנו הקוה"ט זיעועכי"א בשיכון קרית יואל בני ברק, איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אונטערן קעפל “להודות” ווי עס האבן זיך -כמדי שנה בשנה- צוזאם גענומען הונדערטער אנשי שלומינו, אברכים און בחורי חמד בראשות מורינו הגה"צ ראש ישיבתנו שליט"א בבית המדרש הגדול “ויואל משה” להודות ולהלל על הניסים ועל הנפלאות.
אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר’ חיים דוב בלאשטיין שליט"א ראש החבורות ומרביץ תורה בקהילתנו הק’.
פרקי שירה צו מהנה זיין דעם ציבור במשך די אווענט איז פארגעקומען דורך די ברייט-באקאנטע חסידישע “נשמה קווייער” אין שפיץ פון דעם בארימטן בעל מנגן ר’ אהרן סאמעט הי"ו.
זקנך ויאמרו לך
צום ערשט האט אפגעווארט א עמאציאנאלע איבעראשונג ווען דער יו"ר האט אויסגערופן הרב צבי טאוסקי שליט"א א ישיש קרוב צו די תשעים לאיו"ש וואס איז געווען א קינד פון 9 יאר ווען מען האט זיין משפחה דעפאטירט פון בודאפעשט קיין אושוויץ, דאן האט ער זיך געטראפן אין איין באן צוזאם מיט רבינו הקוה"ט זי"ע, אזוי האט ער אויך זוכה געווען צו שלאפן הארט נעבן בעט פון רבינו זי"ע און אויך איז ער באפרייט געווארן אינאיינעם מיט’ן רבי’ן אין דעם באוויסטן באן פון אושוויץ קיין שווייץ, הרב צבי שליט"א האט מורא’דיג מרגש געווען דעם עולם צו הערן פון א כלי ראשון די גדלות פון רבינו הק’ אין די שווערסטע צייטן, אויך האט ער דערציילט אסאך אומבאקאנטע עובדות והנהגות פון די עבודת הקודש פון רבינו הק’ בגיא צלמות, במשך די גאנצע צייט האט דער עולם מיט דארשט געשלונגען די אונטערעסאנטע מעשיות.
נואם הכבוד
דערנאך האט דער יו"ר אויף גערופן בתור “נואם הכבוד” הרה"צ אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון בית שמש חתן כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל, ווי דער יו"ר האט דערמאנט די פריערדיגע יארן ווען זיין שווער אדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע פלעגט קומען דא אין ביהמ"ד און האלטן זיינע פייער’דיגע דרשות ביום כ"א כסלו. דער נואם הכבוד הרה"צ שליט"א האט במשך א לאנגע צייט געהאלטן דעם עולם געשפאנט ווי ער האט פארברייטערט אויף די שטארקע התקשרות פון זיין שווער צו רבינו הק’ און וועגן די מסירות נפש פון רבינו הק’ אויף א קוצו של יו"ד און די בראשית יארן און נאך אסאך אונטעראסאנטע עובדות.
דברות קודש
א שטילקייט האט געהערשט אין דעם גרויסן בית המדרש ווען מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א האט אנגעהויבן די דברות קודש, נאך וואס הגה"צ מורינו שליט"א האט מרחיב געווען מיט פאסיגע דברי תורה לכבוד היום הגדול הזה האט מורינו שליט"א ארומגערעדט בשבח הקהילה והמוסדות און בשבח כוללנו החשוב “כולל עצי חיים”, דאן האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס געברענגט פון טיפן הארץ א דאנק פאר די עסקנים החשובים וואס זענען לעצטנ’ס ארויס געפארן מעבר לים לטובת כוללינו הקד’ און בפרט די חשוב’ע נדיבים בעם אחינו שבגולה וואס האבן אויפגענומען די עסקנים בסבר פנים יפות און מיט ברייטע שטיצע’ס וואס א דאנק זיי קענען די צענדליגע אברכי הכולל לערנען אומגעשטערטערהייט. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אויף די פגעי הטעכנאלאגיע און אויפגעפאדערט פון יעדן יחיד ויחיד אז אפילו ווער ס’האט באקומען א היתר לצורך פרנסה זאל דאס ח"ו נישט ארויס נעמען צווישן מענטשן און כל שכן אין ביהמ"ד, אזוי אויך מ’זאל אריינלייגען די קינדער לערנען דייקא אין אונזערע הייליגע מוסדות וואס איז נישט נהנה פון די ציונים.
גלייך דערנאך איז דער גאנצער עולם ארויס במחולות וריקודין פאר א לענגערע צייט להודות ולהלל אויף די גרויסע ניסים בהצלת רבינו הקוה"ט זי"ע.
דברי ברכה
דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הרב הגאון רבי יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת בעלזא - מאכנווקא בני ברק ווי ער האט ארויף געברענגט זכרונות און עובדות מבית אבותיו פון זיין אומפארגעסלעכער זיידע הטפסר המרומם הרבני הנגיד רבי געציל בערגער ז"ל, און זיין התקשרות צו רבינו הקד’ זי"ע.
דבר הקהילה
דאן האט דער חשובע’ר ראש הקהל דקהילתנו הרבני הנגיד רבי זלמן לייב וואלדמאן שליט"א בונה ומקים ביהמ"ד הגדול, ארויס געברענגט די דבר הקהילה, ער האט אנגעהויבן מיט א קורצע דבר תורה, און דערנאך איז ער ארויס שארף קעגן די אלע וואס זענען מוציא דיבה אויף קהילתנו הקד’ ווי כאילו ח"ו מרדו בך יהודאי, און אנטקעגן די אלע וואס זוכן אונטער צוברענגען קהילתנו הקד’, מיט ווייטאג האט ער ארויס געברענגט אז מען רודף’ט די חשוב’ע כולל אינגעלייט און מען נעמט זיי אוועק פת לחמם, אזוי אויך האט מען אפגעהאקט פאר צענדליגע משפחות די “ברויט און מילעך” קארטלעך, ער האט אויסגערופן בקול גדול אז ב"ה ס’ווערט מקוים “אלוקים יבקש את הנרדף”, און אונז שרייען אויס בקול רעש גדול, “אנחנו בשם ה’ אלוקינו נזכיר” מיר וועלן זיך נישט בייגן פאר די מחרחרי ריב, און מיר וועלן מרחיב זיין די גבולי הקדושה נאך און נאך, און מיר וועלן יעצט נאכן ענדיגן איבערבויען די אונטערשטע ביהמ"ד זיך נעמען די קומענדיגע וואכן אי"ה לפאר ולרומם די בית המדרש הגדול אויף די אויבערשטע שטאק לשם ולתפארת.
גבורי כח עושי דברו
צום סוף איז ארויף געקומען א חסידישער “פארמער” הר"ר אליעזר זאב שטיגליטץ הי"ו פון כפר גדעון ווי ער האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זכרונות פון די קינדער יארן ווען ער איז געווען א תלמיד און די “תלמוד תורה יטב לב ד’סאטמאר - כפר גדעון”, אויך האט ער גלאזט הערן פארן ציבור פון אייגענע ערפארונג וויאזוי א ערליכער פארמער דארף האלטן שמיטה מיט אלע חומרות אזוי ווי ער אליין איז משבית זיינע פעלדער די גאנצע שנת השמיטה.
כוס ישועות אשא
ברכת המזון איז מכובד געווארן הרב הגאון רבי פינחס ברוך לעבאוויטש שליט"א משפיע רוחני בבית מדרשינו ברך משה.
לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל עַל נִסֶּיךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ וְעַל יְשׁוּעָתֶךָ
de59e36c-ceba-49bf-a564-cea74eac7025-image.png
2b84c718-fa9d-43d0-83c3-99d34cb2b81a-image.png
4f2d35c4-0fdc-4c57-a615-8b974e64d5e7-image.png
8aeb2772-ece4-4c6d-83e4-094f8c00bfed-image.png
e8af96e9-373e-49d4-b49d-7df4cb77fcb7-image.png
55ffa12f-97c3-417b-ad5d-f53c3cbeec45-image.png
13913588-21ad-4c2a-8b25-f92b98f86c7a-image.png
25ee522e-660d-421e-a528-84f056e7f082-image.png
fef20cf0-eff9-4966-93d4-6e023cd1d5c1-image.png
d1a9bce2-2457-43e4-9d7f-5ec3a48df5ae-image.png
20418960-8ae7-431b-816f-3efc36fa1292-image.png
afb8aaa2-ba9a-4787-b17b-763e22c09407-image.png
dd624265-b700-4485-8583-b985332ec62f-image.png
6006b86e-ca2f-4b15-9273-390c5cbe0c74-image.png
6c365877-3d77-4f3d-9958-0b1533ae548d-image.png
bf9aba24-b530-49f8-9de2-6afff292aca6-image.png
c27566b9-899d-4426-88a1-e60911606a18-image.png
unnamed (5).jpg
unnamed (7).jpg